דף רעד PAGE 274

גליון "קול הסת"ם - השחיטה והניקור"
# 274 - שבט תשס"ח לפ"ק

 

ג' בשלח תשס"ח
 

בס"ד

צוויי שוחטים נעמען אהיים פעטע וועידזשעס יעדע וואך פון סאטמארער בוטשער סטאָר

עס איז באוואוסט אַז דער היינטיגער סאטמארער רבי, בשעת ער האָט איבערגענומען זיין מלוכה, האָט ער נאכגעקוקט אלע ביכער וכו', ביז ער איז אנגעקומען צום סאטמארער בוטשער סטאָר, האָט ער געזען אז צוויי שוחטים נעמען אהיים פעטע טשעקס יעדע וואך פון בוטשער סטאָר, יאר איין יאר אויס, און די ריזיגע הכנסות וואָס מען האָט כסדר מפרסם געווען אַז דאָס איז אויפצוהאַלטן דעם רבינ'ס מוסדות, און מען האָט פאַר דעם געדרוקט פון רבי'ן דוקא דאָרט צו קויפן, איז געווען שקר, נאָר די אַלע געלט איז געגאַנגען אין פּריוואַטע קעשענעס. האָט ער געמאַכט אַ ויצעקו, וואָס הייסט?!!! האָניג? איך וויל די האָניג פאַר מיר (און דאָס איז באַוואוסט פאַר דעם גאַנצן סאַטמאַרער עולם), אָבער דאָס אַרט מיך בכלל נישט.

 וואָס האבן געטוהן די שותפם של עמלק?

מען פאַרנאַרט אַ ציבור אידען מיט נבילות וטריפות עופות. מען טוישט די פלאמבעס אקעגען דעם רצון פון אידן יראים ושלמים וואָס ווילען נאָר עסען כשרע עופות אויף דעם סמך וואָס דער סאטמארער רבי האָט געהייסען קויפען אין זיין בוטשער סטאָר. די שטאט קראקא חזר'ט זיך איבער אין די סאטמארער בוטשער סטאָרס און אין די אנדערע היימישע געשעפטן.

אַזוי ווי איינער פון די שותפים האָט אנגעפירט מיט אַ שחיטה אין הארטפאָרד, וואו מען האָט געשאָכטען בערך 13,000 עופות יעדע וואך (אין פיר אַ האלב שעה צייט, נאָר 2 שוחטים) און עס פאַרשטייט זיך אַז די עופות פון הארטפאָרד זענען געווען כמעט דער האלבער פּרייז פון די עופות פון נאָרט 4, וואָס האבען די קצבים שותפם של עמלק געטוהן?

זיי האבן גענומען פאַרן סאטמארער בוטשער סטאָר אָט די עופות פון הארטפאָרד, און מען האָט אַראָפּגעריסן די פּלאָמבעס פון באטערער רב און ארויפגעלייגט די פּלאָמבעס פון התאחדות הרבנים (וואָס ווי אויבן דערמאנט האָט די התאחדות געגעבן אַ הכשר נאָר אויף די שחיטה אין נאָרט 4). אַזוי האָט מען געטוהן יאָרן לאנג, ביז מען האָט אַמאָל פאַרגעסען אַראָפּצונעמען די פּלאמבעס און מען האָט זיי געשיקט די עופות מיט די פּלאמבעס פון הארטפאָרד [כשר בעסט קאמפאני], און עטליכע וואָס האבען מיך געקענט האבען מיך געפרעגט וואָס איז דאָס? האב איך זיי מסביר געווען אַז אויב איר זעט איין פליגל איז צוריסן די הויט פון די פליגל, און אויף די אנדערע פליגל אַ פּלאמבע איז אַ סימן אַז דער עוף איז געשאכטן געווארן ערגעץ אנדערש, און מען האָט אראפּגענומען אט די פלאמבע, און ארויפגעלייגט אן אנדערע פּלאמבע.

איך האב זיי געהייסן מפרסם זיין די מעשה, פּונקטליך ווי אַזוי עס ארבעט, ביז דער עולם איז געוואויר געווארען פון די גאנצע מעשה, ווי אַזוי מען האָט זיי יארן לאנג פאַרנארט. ווי עס איז באוואוסט האבן געוויסע שוחטים גע'שחט'ן אין הארטפאָרד פון 1,200 און מער, אַזוי ווי עס איז דעמאלס ארויס דער באוואוסטער בריוו פון היינטיגען סאטמארער רבי'ן, מיט נאָך אַ בעל מכשיר וואָס איז היינט שוין נישט בין החיים.

וועלכער בריוו איז דער אמת'דיגער

(מעיק אפּ יור מיינד!!!)

 איך מוז אייך באטאנען, ר' צבי דוד, אַז אין היינטיגן דור קענען די רבנים, בפרט די רבנים המכשירים פון סאטמאר, ארויסגעבן בריוו און מודעות, נישט נאר אפענע שקרים, נאָר אויך וואָס איין בריוו מיט'ן צווייטן זענען ממש אַ סתירה.

למשל: דער אויבנדערמאנטער בריוו, וואָס די צוויי רבנים מכשירים האָבן מתיר געווען אויף זייער אחריות צו שחט'ן 900 עופות אין איין שעה, און ער מעג שחט'ן אויב ער קען 1,200 עופות איין שוחט אין איין שעה. [אדרבה! פרעגט זיך נאָך ביי די שוחטים], און שפּעטער, מיט 10 יאָר בערך, האָט די התאחדות געשריבן אַ מודעה אין "דער איד", אַז עס איז אַרויס אַ קול רינון אז איין שוחט שעכט 1,000 ביז 1,500 עופות איין שוחט אין איין שעה, און די אַלע רבנים שרייבן אונטער אז עס איז נישט קיין מציאות בשום אופן בעולם פאַר איין שוחט צו שחט'ן מער ווי 600 עופות אין איין שעה צייט. יעצט, עולם גולם וואָס לייענט דעם "איד" טראַכט ביי זיך אַריין, אויב עס שרייבן אונטער 10 ערליכע רבנים גדולי ישראל, פאַרוואָס זאָל מען זיי נישט גלייבן?

אָבער דעם אמת קען מען דאָך זעהן לויט דעם רעפּאָרט פון די גאָווערנמענט, וואָס ווייזט פּונקטליך וויפיל עס ווערט גע'שחט'ן יעדן טאג, חודש, יאר, ווי איך האב דאָס שוין לאנג געדרוקט אין צייטונג, און אויך אין די חיבורים. אויך קענט איר פרעגן יעדן "אָ-יו" שוחט וועט ער אייך זאגן דעם אמת. אויך קענט איר פרעגן 600 גוים וואָס ארבעטן אין גרויסע שחיטה פלעצער, וועט יעדער פּשוטער גוי זאגען דעם אמת, נאָר די רבנים פאַר געלט און כבוד פירן דעם גאנצן כלל ישראל כצאן לטבח. (וועגן דעם בריוו פון בי"ד פון ירושלים, זעה ספר עמק הבכה פרק ב' ופרק ג' באריכות).

 מעשה ב.

מען פאַרנאַרט דעם סאַטמאַרער רבי'ן אליין

דער סאטמארער רבי זי"ע האָט גערופן ביי זיך אין שטוב אַן אסיפה און מען האָט זיך געוואַשן צו אַ סעודה, מען האָט געגעבן געברוילטע טשיקן, און ביי די סעודה איז געווען דער יועץ הראשי פון סאטמארער רבי'ן, דער קיוויאשדער רבי שליט"א וואָס וואוינט היינט אין פאַרעסט הילס. (צוליב די מעשה וואָס מיר וועלן אי"ה שפּעטער שרייבן). דער קיוויאשדער רבי רירט נישט אָן די עופות. עס איז געזעסן נעבן איהם אַ רב פון די זקני הדור אַ פּוסק גדול, און פרעגט איהם, היתכן? דו עסט נישט ביים רבין אין שטוב? האָט דער קיוויאשדער געענפערט, אַז די עופות זענען דאָך שחוטי חוץ וואָס איך אליין האב אונטערגעשריבן אַן איסור דערויף, און דער רבי מיט נאָך 20 גדולי ישראל האבען דאָס גע'אסר'ט און איר ווילט איך זאָל דאָס עסן?

דער אנדערער רב האָט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן. נאָך דעם וואָס ער האָט אויך נישט געגעסן, האָט ער דערציילט פאַרן סאטמארער רבי'ן בשם אומרו אז די עופות וואָס מען האָט דאָ געגעבן איז געווען שחוטי חוץ.

דער סאטמארער רבי האָט געלאזט רופן איינעם פון די מנהלים וואָס לעבט שוין נישט היינט און האָט איהם געפרעגט, היתכן? דער מנהל האָט געשטעלט אַ פּנים ווי כאילו ער ווייסט גארנישט, און האָט געפרעגט דעם רבין פון וואו ווייסט דער רבי אַז די עופות זענען געווען די עופות, האָט דער רבי געזאגט אַז דער און דער רב האָט אים געזאגט בשם דעם קיוויאשדער רב.

דער מנהל האָט באלד אנגערופען דעם קיוויאשדער רב און האָט איהם געזאגט, היתכן? דו האסט דערציילט פאַרן רבין? האָט דער קיוויאשדער רב געפרעגט: היתכן מען האָט אריינגעברענגט שחוטי חוץ? האָט דער מנהל געענטפערט, אַז מען האָט דאָס באקומען בחנם פון די הויפּט קצבים שותפם של עמלק.

מעשה ג

ווי אַזוי האָט מען באקומען אזויפיל אָננעמערס פאַר די פלייש געשעפט?

וויינשטאק איז אריין אויפן סטאק מארקעט, אלע שוחטים און אַרבעטערס האָבן אַריינגעלייגט אַ סאַך געלט אין דעם סטאק. די שוחטים האבן געארבעט מיט אלע כוחות צו העלפן בויען די ביזנעס.

איינער פון די שוחטים האָט זיך אויפגעטוהן דאָס ער האט איינגעלייגט האלב געלט ביים גרינדן די גרויסע שחיטות, און פּונקטליך ווי אַזוי ער האָט אויפגעשטעלט די גאנצע ביזנעס. עס איז זייער ענליך צו די שטאט קראקא.

בשעת איך בין געפאָרן מיט די שוחטים צו די שחיטה האב איך געהערט אַז וויינשטאק איז אריין אין סטאק מארקעט. איך האב דעמאלט בכלל נישט פאַרשטאנען וואס דאָס מיינט, מען האָט מיר פּונקטליך מסביר געווען ווי אַזוי דאָס אַרבעט, און וויפיל עס קאסט אַ סטאַק, און די שוחטים האבן זיך פאַר מיר אויפגעטוהן וויפיל יעדער האָט איינגעקויפט פון דעם סטאק און מען האָט מיר מסביר געווען אַז עס איז אַ גרויס ענין יעדער סטאק וואָס מען קויפט, ווייל אזוי וועט זיך די ביזנעס בעסער בויען, און עס האט זיך אנגעפאנגען אַ געיעג יעדער זאָל קויפן דעם סטאק. אָן אַ שיעור אידן האבן איינגעקויפט פון דעם סטאק, און אַזוי האָט די פלייש אימפּעריע באקומען אַ ריזיגן כח. עטליכע הונדערט משפּחות וואָס האבן איינגעקויפט פון דעם סטאק, אחוץ וואָס יעדער ארבעטער האָט געמוזט קויפן פאַר א געוויסן סכום, ווען מען האָט מיר אויך געהייסן קויפן, האב איך געזאגט אַז איך לערן אין כולל, און איך שחט נאָר איין טאג א וואך און דאָס איז מיין גאנצע פּרנסה, איך האב נישט קיין איין איבריגע פרוטה.

מעשה ד

הרב באבאד זצ”ל כאפּט אַז וויינשטאק האָט געשיקט אין זיין קעיטערינג פּלאץ טריפה'נע לעבער קנישעס.

 מעשה שהיה כך היה:

 הרב באבאד ז"ל האָט געגעבן אַ הכשר אויף אַ קעיטערינג פּלאַץ אין מאַנהעטן. איינמאל ווען ער איז געקומען באַקוקן דעם פּלאץ האָט ער געזען ווי מען האָט דעליווערט לעבער קנישעס וואָס געווענליך איז געשטאנען דערויף א נאמען פון וויינשטאק'ס ביזנעס. יעצט איז געשטאנען דערויף אַ נאמען פון אַ גויאישע קאָמפּאני. הרב באבאד פרעגט דעם גוי, פון וואו האסטו געברענגט די קנישעס? האָט דער גוי געענטפערט אז דאָס ער האָט געברענגט פון אַ געוויסע קאמפאני. הרב באבאד האָט אויסגעפונען אַז דאָס איז אַ געהעריגע גוי'אישע קאמפאני, ממש נבילות רח"ל.

הרב באבאד שליט”א האָט אנגערופן צו וויינשטאק אַז ער זאָל איהם שיקן אנדערע לעבער קנישעס, ווייל די קנישעס זענען נישט מיט אַ הכשר, ער האָט פּונקט נישט געהאט קיין אנדערע. הרב באבאד איז אריבער צום סאטמארער רבין זצ"ל און האָט איהם דערציילט די גאנצע מעשה.

דער רבי רופט עזריאל גליק און דערציילט איהם וואָס הרב באבאד האָט איהם דערציילט. ענטפערט עזריאל גליק, דער רבי ווייסט נישט? דער רבי ווייסט נישט?

דער רבי איז שוין זייער נייגעריג: וואָס ווייס איך נישט? און אַזוי האָט עזריאל אָנגעצויגן דעם רבי'ן ביז ער האָט דערציילט אַז הרב באבאד מאכט זיך יעצט אַ קאמפּאני פון לעבער קנישעס, ממילא וויל ער מפרסם זיין אַז אונזערע לעבערס זענען טריפה, כדי זיינע לעבער ביזנעס זאָל בעסער גיין. דער רבי רעגט זיך אויף, וואָס, הרב באבאד זאָל מיך וועלן אַזוי פאַרנאַרען, עס איז ממש נישט צו גלייבען? האָט זיך אנגערופען עזריאל: וואָס טוט מען נישט פאַר ביזנעס.

נאָך דעם וואָס די מעשה איז געשען, איז וועלכער רב פון די מקורבים פון התאחדות הרבנים זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, האָט זיי דער רבי דערציילט ווי הרב באבאד האָט איהם געוואלט אַזוי אויסנאַרן, אָבער עס איז אים נישט געלונגען. די אלע רבנים וואָס זענען געווען היימיש מיט הרב באבאד האָבן אים איבערדערציילט די מעשה, און הרב באבאד האָט דערציילט פאַר אלע רבנים און ידידים די מעשה, ביז עס איז באוואוסט ביי א סאך אלטע רבנים.

מעשה ה

דער סאטמארער רבי רופט צוזאמען אן אסיפה פון 70 גדולים צו אסר'ן די פּסקים פון הרה"ג ר' משה פיינשטיין זצ"ל, ווען ער איז ארויס מיט זיינע באוואוסטע היתרים וואס א סאך גדולים האבן דאָס גע'אסר'ט.

צוליב די לעבער קנישעס מיט חלב ישראל איז ר' משה געראטעוועט געווארען.

דער סאטמארער רבי האָט גערופען אן אסיפה ארויסצוקומען מיט אן איסור (כמו חרם) אַקעגן ר' משה פיינשטיין, צוליב זיינע היתרים הידועים. די הנהלת התאחדות האָט געהאט אַ כח אונטערצושרייבן פאלשע מודעות צו פאַרנאַרן דעם עולם און מתיר זיין שחיטות פון 1,000 אַ שעה, און מתיר זיין חלב ודם, וואָס ביי די באוואוסטע אסיפה פון 3 שעה איז דורך די טעיפס נתגלה געווארען קלונם ברבים, ווי מען האָט דעם סאטמארער רבי'ן מיט אלע אידן אינאיינעם פארנארט און מאכיל געווען בהמות פול מיט סירכות, און פארקויפט אלס גלאט כשר אלע יארן, ווי דער היינטיגער סאַטמאַרער רב האָט אַליין געזאָגט פאַר די רבנים אַז מען פאַרקויפט די גאַנצע שטאָט פלייש מיט סירכות און מען נאַרט זיי אָפּ אַז עס איז גלאַט, ווייל עס איז אוממעגליך צו האָבן אַזוי פיל גלאַט פלייש (זע טעיפּ הנ"ל). און דאָס זעלבע מיט חלב, ווען זיי אַליין האָבן מודה געווען ברבים פאַר 60 רבנים אַז עס איז דאָ חלב, און מען מאַכט אַ פּלאַן ווי אַזוי צו פאַרנאַרן דעם עולם. און אַזוי האָט מען געמאַכט אַ חרם אויף אַ צדיק וקדוש ווי ר' אהרן קאַצינעלבויגן שליט"א. שומו שמים!!! ממש מעשה שבתי צבי ימ"ש. פּונקט ווי ש"צ האָט פאַרנאַרט אַלע גדולי ישראל, אַזוי האָבן די התאחדות הרבנים וכת דיליה פאַרנאַרט דעם רבי'ן מיטן כלל ישראל.

דער רבי האָט געהאלטן אינמיטן די שארפע דרשה קעגן ר' משה פיינשטיין זצ”ל. אינמיטן די דרשה קומט אריין הרב ביק און גיט אַ קלאפּ אין טיש, און זאגט, איך וויל פרעגען 3 שאלות.

1. די טריפה'נע לעבער קנישעס איז נישט אַזוי הארב? דאָס טוט נישט פאַראומרייניגן טהרת וקדושת ישראל ווען מען עסט זיך אָן מיט טריפות ממש, ווי דער רמב"ם זאגט אַז 70 טויזנט אידן זענען ארויס פון דת וועגן טריפות ונבילות.

2. די חלב ישראל האט 6 פאַרמס וואָס איינס פונעם אנדערן איז ווייט א סאך שעה'ן צייט, און אין אלע פאַרמס מעלקט מען אין די זעלבע צייט, איז ווי אַזוי קען זיין אַז איין משגיח זאָל קענען אַכטונג געבן אויף אַזוי פיל פאַרמס אויף איין מאָל אין דער זעלבער צייט. דאָס איז חלב ישראל?

און אַזוי האָט ער געפרעגט אַ דריטע פראַגע, און איז באַלד אַוועקגעגאַנגען.

דער איסור איז שוין נישט אַרויס, און ר' משה זצ"ל איז געראַטעוועט געוואָרן אַדאַנק הרב ביק.

נאָך 2 וואכן האָט דער סאטמארער רבי געלאזט רופן הרב ביק און האָט איהם געזאגט אַזוי:

1. אַז מען האָט גע'קנס'עט וויינשטאק מיט 5,000$ קנס ער זאָל געבן פאַר די ישיבה, און עס וועט זיין להבא א שטרענגע השגחה [וואָס אגב ר' ליפא פרידמאן ז"ל האָט געזאגט אַז ער האָט קיינמאָל נישט באצאלט די 5,000$ פאר די ישיבה, און ער האט ווייטער מאכיל טריפות געווען].

2. אז מען האט צוגעשטעלט ביי די מילך נאך צוויי משגיחים.

מעשה ו

דעם קיוויאשדער רבינ'ס שווער פון וויליאמסבורג הרב שפירא זצ”ל, איז מעורר דעם סאטמארער רבין וועגען די נבילות וטריפות. דער סאטמארער רבי ווארפט אים ארוים מיט קולות וברקים

מעשה שהיה כך היה:

ביים קיוויאשדער רבין האָט געדאוונט דער סאטמארער ראש הקהל, ר' יואל קליין ע"ה. ער האָט געהאַט אַ בוטשער סטאָר, און געקויפט די פליישן ביי וויינשטאָק'ן. ויהי היום, ר' יואל דער בוטשער קומט צום קיוויאַשדער רב און דערציילט אים אַז וויינשטאָק האָט אים דעליווערט טריפה'נע פלייש אָן קיין שום פּלאָמבע. ער האָט טעלעפאָנירט צו וויינשטאָק אַז ער זאָל דאָס אים טוישן, און אַזוי איז פאָרגעקומען עטליכע מאָל.

דער קיוויאַשדער רב האָט גערופן זיין איידעם און דערציילט אים די מעשה, און זאָגט אים אַז ער וויל אַז דער איידעם זאָל מיט אים מיטקומען צום סאַטמאַרער רבי'ן. דער איידעם זאָגט אים, שווער טייערער, איך האַלט אַז דער שווער זאָל נישט גיין, ווייל דער שווער וועט מיאוס אָפּשניידן! רופט זיך אָן דער קיוויאַשדער רבי, וואָס הייסט, דו האַלטסט נישט אַז דער סאַטמאַרער רבי איז דער צדיק הדור? ווי קענסטו אפילו אַנדערש טראַכטן?

דער קיוויאַשדער רבי האָט בכבודו ובעצמו געמוזט גיין אַליין. ער קומט אַריין צום רבי'ן און דערציילט דעם רבי'ן אלעס. דער סאַטמאַרער רבי איז אויפגעשפּרונגען מיט אַ כעס, וואָס הייסט דו רעדסט אויף אונזער שחיטה? אין אייראָפּע איז נישט געווען אַזאַ שיינע שחיטה (אַזוי האָבן אים זיינע נאָענטע געטרייע ידידים שוחטים שותפים און רבנים מקורבים איינגערעדט).

רופט זיך אָן דער קיוויאַשער רב זצ"ל, רבי, וואָס שרייט איר? איר האָט דאָ דעם בוטשער, אייער ראש הקהל, ער קומט צו מיר און שרייט געוואלד, נעמט אים אהער און פרעגט אים, וואס שרייט איר?

דער רבי פאנגט אן צו שרייען: עס קען נישט זיין!

האָט זיך אָנגערופן דער קיוויאַשדער רב, אַז דער רבי זאָל וויסן אַז אַ סאַך גרויסע צדיקים פון די פריערדיגע דורות האָבן די שטוב מענטשן זיי פאַרפירט רח"ל, און דער רבי לאָזט זיך אויך פאַרנאַרן פון די שטוב מענטשן. דער רבי האָט אים ממש אַרויסגעשטופּט פון שטוב, אַרויס! אַרויס! אַרויס! אַזוי איז דער קיוויאַשדער רב אַהיימגעגאַנגען מיט אַ צובראָכן האַרץ.

ווען דער קיוויאַשדער רב איז אַהיימגעקומען, האָט אים דער איידעם געפרעגט: נו, שווער, ווי אַזוי איז געווען די אויפנאמע? האָט דער שווער אים אַלעס דערציילט. האָט זיך אָנגערופן דער איידעם, איך האָב געזאגט פאַרן שווער, אַז מיט'ן רבי'ן קען מען וועגן אַלעס רעדן נאָר נישט פון פלייש! ער איז טאַקע דער גאון און צדיק הדור, אָבער זיינע נאָענטע דערציילן אים אַלע שקרים וועגן פלייש.

a

מעשה ז

אַ מעשה נורא מיט ר' א' פעלבערבוים זצ"ל (וואָס פלעגט דעליווערן די סאדא פון שטוב צו שטוב) ווען ער האָט געאַרבעט ביי וויינשטאָק'ס ערשטע פלייש געשעפט, אויף 127 לי עוועניו אין וויליאַמסבורג

ר' א' פעלבערבוים ז"ל איז געווען איינגעשטעלט ביי די קאַסע פון וויינשטאָק'ס פלייש געשעפט. דער משגיח איז דאָרט געווען זיין שוואָגער דער שוחט מומחה ר' אברהם לעווי שליט"א. איינמאָל האָט אַ קאָסטאָמער פאַרלאַנגט אַ געוויסע סאָרט פלייש, און ר' א' פעלבערבוים איז אַריין אין פרידזשידער קוקן אויב עס איז דאָ דאָס שטיקל פלייש. פּלוצלונג דערזעט ער ווי עס הענגט אַ לונג פול מיט סירכות, און אַזוי ווי ער האָט גוט געקענט שחיטות מיט אַלע פּרטים, נאָך פון זיין טאַטנ'ס שטוב, האָט ער באַלד פאַרשטאַנען אַז דאָס איז פּשוט אַ טריפה'נע לונג, ווייל אַ כשר'ע וואָלט מען כאָטש אָפּגעריסן די סירכות מען זאָל דאָס נישט זען, און פון גרויס שרעק (אַז ער שטייט און נעמט געלט און פאַרקויפט טריפות פאַר אידן אויף זיין באָרד) איז ער באַלד געפאַלן אין חלשות.

דערווייל שטייען אַ גאַנצע שורה מיט מענטשן וואָס ווילן צאָלן געלט, און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל נעמען דאָס געלט!

דער משגיח, ר' אברהם לעווי, איז אַרומגעגאַנגען זוכן זיין שוואָגער, ביז ער האָט אים געטראָפן אין פרידזשידער פאַרחלש'ט!

ער דערמונטערט אים און פרעגט אים, וואָס איז געשען? ווייזט ער אים די לונג וואָס הענגט פול מיט סירכות, און זאָגט אים "דו זעסט, דאָס איז דאָך ממש אַ טריפה'נע לונג!!! אויף אונזער באָרד עסט מען נבילות וטריפות. עס האָט דאך נישט געקענט אַדורכגיין דורך אַ שוחט'ס האַנט. איך וויל אַז דו זאָלסט באַלד אַריבערקומען מיט מיר צום סאַטמאַרער רבי'ן, און ווייזן אים די לונג", און דער רבי וועט שוין וויסן וואָס צו טוהן.

זיי זענען אַריבער צום רבי'ן, און זיי האָבן איבערגעלאָזט די לונג ביים רבי'ן. דער רבי האָט געלאָזט רופן דעם רב המכשיר און האָט אים דאָס געוויזן. האָט אים דער רב המכשיר געענטפערט אַז דאָס האָט זיך מן הסתם אויפגעטוישט מיט די צעלימער שחיטה. האָט אים דער רבי געענטפערט, ווען איך זאָל דאָס וויסן אַז עס איז כאָטש גע'שחט'ן וואָלט שוין גוט געווען, אָבער איך האָב מורא אַז דאָס איז פּשוט'ע נבילות וואָס קומט אַריין אין געשעפט.

דער בעל המכשיר האָט דעם רבי'ן באַרואיגט, וד"ל (דאָס איז אויסער דעם פאַרברעכן און געמיינקייט פון גיין באַשמוצן דעם צעהלימער רב, כדי צו פאַרענטפערן זייערע עבירות.)

 

a

 

מעשה ח

דער לאנדסבערגער רב שטעלט זיך אויף ביי אַן אסיפה פון איבער 30 רבנים אין התאחדות הרבנים, און שרייט געוואלד אויף די היימישע שחיטה וואס רופט זיך סאַטמאַרער שחיטה

דער לאַנדסבערגער רב (שליט"א) האָט געהאַט אַ קליינע ישיבה פון 15 בחורים און האָט געלערנט מיט זיי יורה דעה הלכות טריפות, און אַזוי ווי עס איז זייער שווער צו פאַרשטיין, האָט ער ערלעדיגט מען זאָל אים לאָזן מיט די תלמידים קוקן די שחיטה, און ער איז געגאַנגען מיט די תלמידים כדי צו זען די שחיטה (וואָס רופט זיך סאַטמאַר, הגם עס האָט קיינמאָל נישט געהאַט דעם סאַטמאַרער רבינ'ס נאָמען דערויף).

 דער לאנדסבערגער רב איז געווען אַ רב נאָך אין דער אלטער היים און האָט זייער גוט געוואוסט וואָס מיינט אַ גסות שחיטה, וואָס מען דארף קוקן, ווי אַזוי מען דארף בודק זיין אַ ריאה א.ד.ג. ער איז אריינגעקומען אין שלאכט הויז און ער האָט זיך באגעגנט מיט אַ שחיטה וואָס איין שוחט שעכט 60 בהמות אַ שעה צייט, איין בודק פנים, איין בודק חוץ, איין בלאמבירער. ער האָט באלד געזען אַז דער שוחט קען נישט בודק זיין קיין חלף אין אזא שנעלקייט, ער האָט נישט קיין ישוב און אוודאי נישט קיין דעת.

די בדיקת פּנים איז גארנישט שייך צו מאכן אַזוי שנעל, בפרט ווען עס שטייט א גוי מיט אַן עלעקטרישן זעג אויפצושניידן די בהמה און טרייבט דעם שוחט, און דער שוחט דארף ציטערן אַז ער זאָל נישט אריינגיין מיט דעם זעג אין זיין קאָפּ אריין. וואו איז זיין ישוב הדעת וואָס עס פאַרלאנגט זיך צו אזא ריזיגע בדיקת פּנים, וואָס עס בלייבט אים קוים אַ פערטל מינוט אויף די גאנצע בדיקה?!

דער בודק חוץ ווייסט גארנישט וועלכע בהמה ער איז בודק, ער קוקט אויפן טאוול און מיינט אַז ער איז בודק נומער 189, וואָס דארט שטייט קורצע סימנים ווי מפ, אוע, עש, דערווייל האָט ער אַ לונג וואָס דער אמת'ער נומער איז 187, און אויף דעם לונג שטייען אנגעצייכנט אנדערע סימנים בודק צו זיין ווי אש, מכ, אמ, און עס פאַרשטייט זיך אַז ווען ער האָט נישט די ריכטיגע לונג אין זיין האנט וועט ער דאָך אוודאי נישט טרעפן וואָס ער זוכט, און אַזוי וויל טראכטן דער בודק חוץ, אַז דער בודק פּנים האָט געשריבן אין די לופט אריין, עס האָט זיך אים נאָר געדאכט אַז ער האָט דארט עפּעס געטראפן, עס איז אָבער פאלשע חלומות, און אַזוי איז ער אלעס מתיר "ויצא העגל הזה".

דער בלאמבירער קען נישט קאנטראלירן אזויפיל זאכן צו בלאמבירן, ער קען אויסמישן, שטעלן אַ כשר'ע פלאמבע אויף אַ טריפה בהמה, און אויף די כשר'ע וועט ער נישט לייגן קיין פלאמבע.

ביי אַן אָפענעם מיטינג פון התאחדות הרבנים, נישט לאַנג נאָך די מעשה, דער סאַטמאַרער רבי זי"ע איז אויך געווען ביי דעם מיטינג, יעדער רב האָט מעורר געווען וועגן חיזוק הדת ווי נאָרמאַל. שטעלט זיך פּלוצלונג אויף דער לאַנדסבערגער רב און דערציילט מיט אַ הויכן טאָן, בזה"ל:

"אַזוי ווי איך האָב נישט לאַנג געעפנט אַ ישיבה און איך לערן מיט די תלמידים חולין מיט יורה דעה, בין איך מיט די בחורים אינאיינעם געגאַנגען צו די שחיטה, און עס איז מיר שוואַרץ געוואָרן פאַר די אויגן, וואָס איך האָב געזען:

מען שעכט 60 בהמות אַ שעה, די שוחטים ווייסן נישט וואָס זיי טוען, ווי קען מען אַזוי שנעל בודק זיין אַ ריאה? זיי ווייסן נישט וועלכע לונג זיי באַקוקן, עס איז נישט מעגליך צו האַלטן חשבון. כשר'ע זייטן פלייש ווערן אויפגעטוישט מיט טריפה'נע חלקים, עס איז נישט דאָ קיין קאָנטראָל, ווי וואָס ווען, דאָס איז אַ שחיטה וואָס אונזערע ערליכע אידן עסן? דאָס איז כשרות? זאָלן די רבנים אַרויסגיין צו די שחיטה, וועלן זיי זען וואָס דאָ טוט זיך. אַדרבה, זאָל מען זען! דאָס גיט מען פאַר אידן יראים ושלמים צו עסן? עס מוז שוין אַוועקגעשטעלט ווערן אַ קאָמיטע פון רבנים, וואָס זאָלן נאָכקוקן און מתקן זיין..." (מער האָט מען אים נישט געלאָזט רעדן).

דער סאַטמאַרער רבי זי"ע איז ווייס געוואָרן ווען ער האָט געהערט די ווערטער, און האָט זיך אָנגעכאַפּט די באָרד. דער באַטערער רב איז אויפגעשטאַנען און אָנגעפאַנגען צו שרייען: "איר ווייסט וואָס טוט זיך ביי שחיטה? איר ווייסט? איר פאַרשטייט? זייט ווען זענט איר אַ מומחה אין שחיטות? מיר האָבן די שענסטע שחיטה אין די וועלט! עס איז קיינמאָל אין אייראָפּע נישט געווען אַזאַ שיינע שחיטה. אַוודאי אין אייראָפּע האָט מען נישט געזען קיין שיינע עלעקטרישע מאַשינען וואָס גייען מיט אַ ליין ("טשעין"). עס איז נאָך אַ חידוש אַז איר זאָגט נישט אַז מען שעכט טויזנט בהמות א שעה! ווי קען מען דען שעכטן מער ווי 15 א שעה? די ליין וועט זיך דאָך איבעררייסן. זינט ווען פאַרשטייסטו צו באַקוקן אַ שלאַכט-הויז, דו ווייסט בכלל נישט וואָס עס טוט זיך". און אַזוי האָט ער אים גוט אָנגעזידלט אַ פּאָר מינוט צייט.

דער מנהל שבתי מרדכי האָט געקלאַפּט אין טיש און אויסגערופן, אַז יעצט האָט מען נישט געמאַכט דעם מיטינג וועגן די שחיטה, מען וועט מאַכן אַ באַזונדערע מיטינג וועגן כשרות. דער סאטמארער רבי האָט געזאָגט אַז אין אַ פּאָר טעג אַרום וועט מען מאַכן אַ באַזונדערע מיטינג, וואָס דעמאָלט וועט מען דן זיין וועגן דעם ענין, און עס איז שטיל געוואָרן.

דער אַלטער קיוויאַשדער רב מיט זיין איידעם און נאָך עטליכע רבנים זענען אַלס פּראָטעסט באַלד אַרויס פון די אסיפה.  די צווייטע אסיפה וואָס שבתי מרדכי האָט געזאָגט אַז מען וועט מאַכען איז קיינמאָל נישט צושטאַנד געקומען.

 

a

 

מעשה ט

דער קיוויאשדער רבי, הרה"צ רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין שליט"א, מיט די הסכמה פון סאַטמאַרער רבי'ן, ארבעט צו מאַכן אַ נייע אמת'ע גלאַט כשר'ע גסות שחיטה, אַלץ איז שוין פאַרטיג, מען דאַרף דינסטאג אנפאנגען שעכטן. ער פאָרט קיין מיאַמי צום רבי'ן, נאָך אַ ברכה, סאַטמאַרער רבי הייסט אָפּשטעלן.

מעשה שהיה כך היה:

אַזוי ווי דער קיוויאַשדער רב איז געווען די רעכטע האַנט און יועץ-ראשי פון סאַטמאַרער רבי'ן, דער רבי האָט נישט געטוהן קיין שום זאַך אָן אים, און דער קיוויאַשדער רבי האָט געזען וואָס עס גייט פאָר אַרום די כשרות פון די פליישן, ווי מען פאַרקויפט טריפות אויפן נאָמען פון סאַטמאַר, און הגם עס הייסט  אַז וויינשטאָק גיט פאַר די ישיבה 5,000$ אַ יאָר, אָבער ווי ר' ליפא פרידמאַן ע"ה, דער מנהל הראשי פון די סאַטמאַרער קהילה, האָט אים געזאָגט אַז ער גיט דאָס אויך נישט (אויסער די אַנדערע זאַכן ווי אויבן דערמאנט וואָס ער האָט יאָ געגעבן), און די שחיטה טויג אויף כפּרות, האָט ער מחליט געווען מה לנו ולצרה הזאת, נישט קיין כשרות, נישט קיין געלט, און האָט פאָרגעשלאָגן פאַר'ן רבי'ן אַ פּלאַן אַזוי:

דער רבי ווייסט גאַנץ גוט אַז מען רעדט צוזאַמען אויף אונזער שחיטה, מען שעכט אַ סאַך, דער נאָמען גייט אויף סאַטמאַר, קיין כבוד האָט סאַטמאַר נישט דערפון, קיין געלט אויך נישט, ווי ר' ליפּא פרידמאַן האָט דאָס אים געזאָגט, איז אויב אַזוי, וואָס דאַרפן מיר פאַרזאָרגן וויינשטאָק'ן מיט פּרנסה ווען מיר האָבן גאָרנישט דערפון? מיר קענען מאַכן די שענסטע און בעסטע שחיטה אין דער וועלט מיט אַלע הידורים וואָס איז נאָר שייך, און די גאַנצע הכנסה וועט גיין צו די ישיבה. די ישיבה וועט האָבן צענדליגער טויזנטער דאָלאַר אַ יאָר, און דער רבי וועט זיך נישט דאַרפן פּלאָגן אַזוי שטאַרק צו דעקן דעם בודזשעט.

דער פּלאַן האט דעם רבי'ן זייער געפאָלן, און ער האָט געגעבן זיין פולע הסכמה דערויף.

דער קיוויאַשדער רבי איז געווען זייער אַקטיוו, און ביז אַ פּאָר חדשים האָט ער ערלעדיגט שוחטים, משגיחים, אַ בוטשער, אַ שלאַכט הויז, מיט פּלאמבעס, הכל אשר לכל וואָס עס פעלט אויס מסדר צו זיין דעם ריזן פּראָיעקט.

 אַזוי ווי עס איז אלעס פאַרטיג געווארן, איז דער קיוויאשדער רבי געפאָרן קיין מיאמי צום סאטמארער רבי'ן, איבערצוגעבן אלע פּרטים פּונקטליך ווי עס וועט ארבעטן, און וואָס ס'איז אלעס ערלעדיגט געווארן. ער קומט אָן קיין מיאמי טרעפט ער דארט עזריאל גליק, וויינשטאק, און די רביצין. זיי האָבן זיך מקדים געווען פאַר'ן קיוויאַשדער רב ביים רבי'ן, אים מבאיש ריח צו זיין און אויך גוט אונטערגעהעצט די רביצין. זיי אַלע האָבן זיך גענומען שרייען אויף אים קולות וברקים, אַז דער קיוויאַשדער רבי וויל חרוב מאַכן אונזער גאַנצע שחיטה, און וויינשטאָק גיט אַזוי פיל געלט פאַר אונז, עופות, פלייש פאַר אַלע אונזערע צדקה פּראָיעקטן, פּאַרטיס, דינערס וכו'. ווי מעג מען דאָס צולאָזן? פון וואו וועלן מיר נעמען אַזוי פיל געלט? ווער וועט אויסהאַלטן אונזערע ריזיגע פּראָיעקטן מיט די פליישן? עס קאָסט דאָך שווערע טויזנטער!!! מען טאָר דאָס בשום אופן נישט צולאָזן!!! עס איז געוואָרן ממש "חושך".

דער סאטמארער רבי האָט באלד געזאגט פאַר דעם קיוויאשדער רב אַז ער האָט נישט קיין ברירה, מען מוז אויפהערן מיט אונזער גאנצען פּלאן.

דער קיוויאשדער האָט זיך נישט געלאזט און גע'טענה'ט: אוודאי טוט וויינשטאק פאַרפירן, ער ווייסט וויפיל געלט ער מאכט, ער קויפט אפ די רעבעצין מיט די פּאָר פליישן און מיט אַ פּאָר שיינע נתינות אויף אירע צדקה פּראָיעקטן, און מיט אונזער נאמען שארט ער מיליאנען, אָבער ווען מיר וועלן האבען אַ שחיטה אליין וועלן מיר דאָך נישט דארפען אנקומען צו זיינע טובות, און וועלן האבען אַ שחיטה לשם ולתפארת.

עס האָט גארנישט געהאלפן, דער רבי האָט געהייסן אָפּשטעלן דעם פּלאַן וועגן אַ נייע שחיטה, און מען האָט עס טאַקע אָפּגעשטעלט. (אגב, דער רב המכשיר אויף די נייע שחיטה האָט געהייסן אַז עס וועט זיין מיט דעם הכשר פון סיגעטער רב).

דעם אַנדערן טאָג זענען אַרויסגעקומען אין ניו יאָרק טויזנטער מיאוסע און עקלדיגע פּאַשקווילן קעגן דעם קיוויאַשדער רב. דער קיוויאַשדער רב איז אין ניו יאָרק אַריין צום רבי'ן און אים געוויזן דעם פּאַשקוויל, און האָט געפרעגט, זו תורה וזו שכרה? נאָך דעם וואָס איך האָב זיך געפּלאָגט חדשים לאַנג אויפצושטעלן פאַר'ן רבי'ן אַ שחיטה, קומט מיר דאָס?

דער רבי האָט באלד געגעבן א באַפעל פאַרן סיגעטער רב ער זאָל אַרויסגעבן אַ צעטל פון התאחדות הרבנים זיך אָנצונעמען פאַרן קיוויאשדער רב שליט"א, און דער בריוו פון התאחדות הרבנים איז באלד ארויסגעגאנגען.

נאָך דעם ווען דער קיוויאשדער רב איז אהיים געפאָרן, האָט זיך אנגעהויבן אַ ריזיגער טעראר קעגן אים, טעלעפאנען, פייער-לעשער, אמבולאנסן, און כל מיני טעראר וואָס ס'איז נאָר מעגליך געווען האָט ער באַקומען. ער האָט נישט געהאט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, ביז ער האט געמוזט אוועקמופן קיין פאַרעסט היללס, און דאָרט האָט ער געקענט אביסל אָפּאָטעמען פון דעם מורא'דיגן טעראר.

 

a

 

מעשה י

דער קיוויאשדער רבי וואוינט אין קווינס. אַ בוטשער וואָס האָט אַ הכשר פון סיגעטער רב קומט צו אים און שרייט צו אים אַז מען דעליווערט אים נבילה פלייש אָן קיין שום הכשר. נאָך מער, ווען ער רופט אָן דעם האָלסעילער, זאָגט דער האָלסעילער עס איז כשר, און דרייט נישט קיין קאָפּ.

"ביקש יעקב לישב בשלוה". דער קיוויאַשדער רב האָט געמיינט אַז ער וועט קענען זיצן רואיג אין קווינס, קפץ עליו רוגזו של יוסף.

דער קיוויאשדער רבי גייט אריבער צום סאטמארער רבי'ן און דערציילט אים די מעשה ווי מיט דעם סיגעטער רב'ס הכשר ווערט פארקויפט טריפה פלייש, און דאָס אלעס איז מיט דעם נאמען פון סאַטמאַר. האָט דער סאַטמאַרער רבי געענטפערט, דו ווייסט דען נישט אַז איך האָב פון אים צו ליידן זייער אַ סאַך עגמת נפש אין אַ סאַך ענינים. וואָס קען איך טוהן? דער סאַטמאַרער רבי איז דעמאָלט געווען זייער אויפגערעגט אויפ'ן סיגעטער, ווייל ער האָט געגעבן אַ השגחה אויף "שמן" אויל וואָס די גאָלדבערגער משפּחה האָט פּראָדוצירט, און ער איז געווען אַ קאָנקורענט פון זופּניק'ס אויל קאָמפּאַני, און מיט דעם האָט זיך דער שמועס געענדיגט.

עס זענען דורכגעגאַנגען אַ פּאָר וואָכן, און דער בוטשער קומט נאָך אַמאָל צום קיוואַשדער רבי'ן און דערציילט אים, אַז מען האָט אים ווייטער דעליווערט טריפה פלייש, און ער ווייסט נישט וואָס צו טוהן, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן.

דער קיוויאַשדער רבי איז נאָך אַמאָל אַריבערגעגאַנגען צום סאַטמאַרער רבי'ן און האָט אים נאָך אַמאָל דערציילט די גאַנצע מעשה, און האָט צוגעגעבן, וויפיל איז דער שיעור מען זאָל זיך לאָזן מבזה זיין אונזער נאָמען סאַטמאַר? ווייל אָן אונז וואָלטן זיי דאָס נישט געקענט טוהן, און עס איז נישט קיין תכלית. מען מוז עפּעס טוהן דערצו!!!

האָט זיך דער סאַטמאַרער רבי אָנגערופן מיט אַ געשריי: "וואָס זאָל איך טוהן? איך קען מיך נישט שלאָגן מיט די גאַנצע וועלט!!! איך האָב נישט קיין כח, מיט יעדן איינעם קען איך מיך נישט שלאָגן!!!".

אַזוי איז דער קיוויאַשדער רבי אַהיימגעגאַנגען מיט גאָרנישט.

(עס איז ידוע אַז דער סאַטמאַרער רבי זי"ע האָט גוט געקענט זיין פּלימעניק דעם סיגעטער, נאָר ער האָט געזאָגט כמה פּעמים - בערך - "איך בין שוין צעקריגט מיט די גאַנצע וועלט זאָל איך זיך שוין מיט מיין איינעם לעבן געבליבענעם זון פון מיין ברודער אויך צעקריגן? וואָס וועט די וועלט זאָגן? מ'וועט זאָגן אַז איך מיין גאָרנישט נאָר מחלוקת און עס וועט שאַטן צו די מלחמה קעגן ציונות", ע"כ).