דף רעג  PAGE 273

גליון "קול הסת"ם - השחיטה והניקור"
# 273 - שבט תשס"ח לפ"ק

 

ג' בשלח תשס"ח
 

 

בס"ד

בעזהשי"ת

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אן ענטפער אויף אַן אַטאַקע צו איינעם פון די אנשי המחנו"ט אונטערן נאָמען פון

צבי דוד הערשקאָוויטש

אין דעם קונטרס ווערן פאַרענטפערט אַלע קשיות און סיבות פּינקטלעך ווי אַזוי די קצבים ושותפיהם האָבן פאַרפירט דעם סאַטמאַרער רבי'ן זי"ע און נאָך רבי'ס און רבנים ז"ל (שליט"א) צענדליגער יאָרן, מיט'ן גאַנצן כלל ישראל אין אַמעריקע, און פאַרוואָס אַלע רבנים גדולי ישראל האָבן געציטערט די גאַנצע צייט זיך אָנצורופן וועגן די מורא'דיגע עוולות פון די מאכילי נבילות וטריפות חלב ודם.

 

הוצאתי לאור עולם בחמלת ה' עלי

שלום יהודה גראס

אבדק"ק בארא פארק

a

 

שנת תשנ"א לפ"ק

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אַן אָפענער בריוו צו

האָלמינער רב שליט"א

פון צבי דוד הערשקאָוויטש

שאלה א:

ווי קענט איר שרייבן טאָג און נאַכט קעגן די פליישן, דאָרט וואו איר אַליין ווייסט גאַנץ גוט אַז דער סאַטמאַרער רבי ז"ל אַליין האָט געגעבן אַ בריוו און האָט געהייסן אַלע זיינע חסידים צו קויפן פלייש אין סאַטמאַרער בוטשער סטאָר, און דער בריוו איז געווען געדרוקט אין צייטונג "דער איד". אויך איז עס געווען געדרוקט אין "דער אידישער קוואַל", און אויך הענגט דאָס כסדר אין סאַטמאַרער בית המדרש. און עס איז בכלל נישט מעגליך אַז איר זאָלט נישט וויסן דערפון. (זעה ווייטער שאלות ב' און ג', און די תשובות אויף די שאלות).

צבי דוד הערשקאָוויטש

a

תשובה אויף שאלה א:

צו מיין טייערען פריינט צבי דוד הערשקאוויטש נ"י, (וואָס איך מיין אַז דאָס איז בכלל נישט אייער נאמען, אַזוי ווי איך האב שוין געהאט ענליכע פראגעס פון דוד בריקמאן, און פון משה קיימאן ווי געדריקט אין ספר אכילת בשר הלכה למעשה).

און היינט איז דאָס אייער נאמען וואָס הייסט צבי דוד הערשקאוויטש. עס זעט אויס אַז איר האָט געמוזט מוסיף זיין איין נאמען, ע"כ ווינטש איך אייך אָן אַ מזל טוב צו אייער נייעם נאמען, און השי"ת זאָל העלפן אַז פון היינט אָן זאָלט איר תשובה טוהן און מעורר זיין אויך אנדערע זאָלן אויפהערען צו עסן פון די בשר נבילות וטריפות חלב ודם (כדי איר זאָלט אביסל פאַרשטיין דעם הלוך ילך פון דעם גאנצן סיסטעם פון די קצבים וואָס די משנה אין סוף קידושין זאגט עדות אויף זיי, אַז זיי זענען שותפים פון עמלק).

 

מעשה א

איסור פון סאטמארער רבי'ן אין אמעריקע

אויף עופות שחוטי חוץ

ווי עס איז באוואוסט איז ארויס פון סאטמארער רבי'ן זי"ע אן איסור אויף שחוטי חוץ, און דער איסור איז געדרוקט אין ספר מלחמת השם, דארט וואו עס זענען געדרוקט געווארן אלע קול קורא'ס, און מיר וועלען דאָס מעתיק זיין פאַר אייך יעצט.

קול קורא להסיר מכשול

כבר הודענו כמה פעמים, שבה"טשיקען מאַרקעטס" אם אין בעל המאַרקעט איש מהימן אז אפילו אם עומדים שם שוחטים יר"ש יכולים לבוא לידי מכשולות גדולות של נבילות וטריפות ממש, זולת אם עומד שם משגיח תמידי, שאין עליו באותה שעה שום תפקיד אחר רק להשגיח שהעופות שנשחטו בכשרות תהיינה תחת פיקוחו בלי העלמת עין אפילו שעה קלה עד אחר החתימה. מפני האחריות הגדולה שיש בזה העמדנו משגיחים בכמה טשיקען מאַרקעטס שתיכף אחר השחיטה קודם שנתעלם העוף מעיניהם יחתמו את העופות שנשחטו תחת השגחתינו בחותמות (פּלאָמבעס) שלנו.

והיות ששמענו שישנם אנשים המקילים בזה, באנו להזהיר עוד הפעם באזהרה חמורה שכל מי שרוצה להיות בטוח שאינו אוכל נבילות וטריפות לא יקח לביתו עופות שאינם חתומים בחותמות שלנו. ולא יקנה רק בחנויות (בוטשער סטאָרס) שאינם מכניסים לחנותם רק העופות החתומים בחותמות (פּלאָמבעס) שלנו בלי יוצא מן הכלל. מזמן לזמן נפרסם אי"ה את שמות הבוטשער סטאָרס שאין מוכרים רק עופות בחותמות שלנו.

וזאת לדעת כמו שכבר הודענו, שבכל זאת ההשגחה שלנו היא רק על השחיטה ולא על כשרות הבוטשער סטאָר כבעניני מליחה והדחה וכו' כי אודות זה מוכרח הקונה בעצמו לחקור היטב על מי הוא סומך עצמו.

גם זאת לדעת שמפני שיש קושיים גדולים בהשגחת שחיטת חוץ לעיר מחמת כמה טעמים, לכן השגחתינו מוגבלת רק לעיר ניו יאָרק, ומי שקונה משחיטת חוץ לעיר ישגיח בעצמו בשבע עינים ממי לוקח ועל מי הוא סומך.

ע"ז באעה"ח ג' לסדר ויקרא ר"ח ניסן ה' תשכ"ג לפ"ג, פה ברוקלין יצ"ו.

התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא

יואל טייטלבוים

(כ"ק אדמו"ר מסאטמאר  שליט"א – נשיא)

לוי יצחק גרינוואַלד

(הרב דקהל ערוגת הבשם – סגן נשיא)

ואלה שמות הרבנים הגאונים שליט"א ועד הפועל והמרכזי (עפ"י סדר הא"ב) אשר באו על החתום על הדברים הנ"ל:

               אלעזר שפּירא                    אלטר יעקב יצחק וואַגשאַל

             (הרב מקיוויאַשד)                             (הרב מלאַנצהוט)

        אלכסנדר אשר באב"ד              גבריאל יודא איליאָוויטש

            (הרב מטארטיקאוו)                            (הרב משאַמשאָן)

           הלל ליכטענשטיין                          חנני' דוב קאָהן

              (הרב מקראסנא)                           (ראב"ד מבודאַפּעסט)

   יוסף יונה צבי הלוי הורוויץ                   יוסף גרינוואַלד

             (הרב מאונסדאָרף)                               (הרב מפּאָפּא)

   ישכר בער הלוי ראָטענבערג              יוסף משה מייזעלס

           (הרב מוואוידיסלאָוו)                          (הרב מאויוואַהר)

יקותיאל יודא האלבערשטאם           ישראל אברהם שטיין

              (הרב מבאַרדיוב)                           (הרב מפּאָלטיטשאַן)

   יצחק אייזיק אייכענשטיין                       יהושע כ"ץ

(רב דק' עטרת צבי פאַרעסט הילס)            (הרב מסאָמבאטהעלי)

       יעקב סג"ל לעבאָוויטש             יוסף אלי' הכהן שטיינער

               (הרב מקאַפּיש)                        (דומ"ץ דקהל עדת יראים)

            משה טייטלבוים                             מרדכי האַגער

                (הרב מסיגעט)                     (הרב דקהל תורת חיים וויזניץ)

              הרב משה ביק                                משה שטערן

                 (ר"מ נייטרא)                                (הרב מדעברעצין)

              משה ארי' לעוו                              מנחם זאב שיק

           (הרב מטעמעשוואַר)                             (הרב מטאָקאי)

        נפתלי הירצקא העניג               עזריאל יודא לעבאָוויטש

             (הרב משאַרמאַש)                        (הרב דקהל עדת יראים)

                 צבי הורוויץ                                    רפאל בלום

                (הרב מקראָלי)                                  (הרב מקאַשוי)

         שמעון ישראל פּאָזען              שמואל אברהם זעלטענרייך

              (הרב משאָפּראָן)                            (הרב מטשאַקאווא)

      שמחה בונם גרינבערגער                שלמה זלמן פרידמאַן

            (הרב מפּרעשבורג)                              (הרב מטענקע)

 

a

 

דער רבי זי"ע האָט טאקע געגעבען אַ בריוו, אַז מען זאָל נוצן נאָר פון זיין בוטשער סטאָר, אָבער לאָמיר נאָר אריינטראכטן ווי אַזוי מען האָט פאַרנאַרט די ערליכע אידען אין סאטמארער בוטשער סטאָר.

עס איז באוואוסט אַז אין וויליאמסבורג איז דאָ אַ שחיטה וואָס הייסט נאָרט 4 מיטן הכשר פון התאחדות הרבנים, און אלע מדקדקים בכשרות האבען גענוצט נאָר פון די שחיטה, און און סאטמארער בוטשער איז נאָר אריין פון די שחיטה, ווייל דער עולם האָט דאָס פאַרלאנגט, און אויך איז דאָך געווען אן איסור אויף די אנדערע עופות פון שחוטי חוץ.

מה עשה הבעל דבר?

שוחטים שותפים אין די פלייש בענק באַקומען עמטליך אַ געהאלט פון בוטשער סטאָר, חוץ וואָס זיי זענען שותפים אין די האלסעיל ביזנעס

אַ טייל פון די מענטשן וואָס האבן זיך ארומגעדרייט לעבן רבי'ן, זיינע שטוב מענטשען וואָס האבן געהייסן געטריי פאַר'ן רבי'ן ממש במסירת נפש, זיי זענען געווען (און זענען עד היום) די בעלי בתים איבער די פלייש אינדוסטרי, סיי ביי די עופות סיי ביי די גסות, און אַזוי ווי דער רבי האָט נישט געהאט קיין קינדער לע האבען זיי צוזאַמענגערעדט פאַר'ן רבי'ן וואָס זיי האבן נאָר געוואלט, זיי האבען פאַרציילט פאַרן רבין מעשיות וואָס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. אַי, וועסטו פרעגן, ווי קען דאָס זיין אַז מען זאָל איינרעדען אַ רבי'ן אַ צדיק אזעלעכע זאכן? ער האָט דאָך געהאט אָפן רוח הקודש, און האָט דאָך געזען אלעס?

דער תירוץ איז פּשוט. נישט אלעס איז מען מגלה פאַרן צדיק, און מען קען אַ צדיק פאַרנאַרן. שטעלט אייך פאָר אַז דער סאטמאַרער רבי אליין האָט געזאגט אויפן בעלזער רבי'ן זי"ע אַז מען האָט דעם בעלזער רבי'ן מיטן טשעבינער רב זי"ע פאַרנאַרט מיט אַן אונטערשריפט (וואָס לויטן בעלזער רבי'ן מיט רוב גדולי ישראל איז דער ענין פון בחירות גאָר אַ מצוה) וואָס לפי דעת תורה פון סאטמארער רבי'ן איז דער ענין בחירות בארץ ישראל אַן ענין פון עבודה זרה ממש, און אַ סאך ערגער, ווי דער סאטמארער רבי האָט 2 מאל געזאגט אין אַ דרשה אז מען זאָל זיך ענדערש 1,000 מאל בוקן צום צלם ווי צו רעדן איין ווארט עברית, און פונדעסטוועגען דאָך, אפילו דער סאטמארער רבי אליין וואָס האָט זיך מכניע געווען פאַרן בעלזער רבין זיע, און האָט אים געהאלטן פאַר אַ מלאך אלוקים, און פונדעסטוועגען דאָך האָט דער סאטמארער רבי געהאלטען אַז מען קען אַ צדיק פאַרנאַרן.

אין אמת'ן ווערט דאָס שוין געברענגט אין די תורה הק' "אשר נשיא יחטא", און ער וועט מתיר זיין חלב, וואָס דער נשיא איז יענע צייטען מן הסתם געווען גענוג גרויס, און פונדעסטוועגען דאָך האָט געקענט פּאַסירן אַז ער האָט געהייסן עסן חֵלֶב, אָבער עס איז געווען בשוגג. אויך איז באקאנט אז מ'קען אויסנארן דעם גרעסטן צדיק, ווי יעקב אבינו מיט יוסף הצדיק, ווי אויך האט מען באהאלטן פון דעם מגלה עמוקות אין די שטאט קראקע[1].

וויינשטאָק האָט געגעבען פאַר'ן רבינ'ס שטוב יעדע פּאָר וואָכן עטליכע הונדערט עופות בחנם וואָס מען האָט גע'שחט'ן [אין הארטפארט, קאנעטיקעט ביי כשר בעסט פּאָלטרי] פון 1,000 ביז 1,500 עופות אַ שעה איין שוחט, עטליכע שוחטים האבען גע'שחט'ן 500 ביז 600 אַ שעה.

איך בין דארט געווען בשעת מעשה ומעשה שהיה כך היה:

ספעציעלע עופות פאַר די סאטמארער רביצין פאַר איר שטוב וואָס איז געווען אַ ריזיגער הכנסת אורחים שטוב, כידוע.

די שחיטה אין ווילאמענטיג לעבן הארטפאָרד קאנטיקעט, איז געווען יעדן מיטוואָך פון 6:30 ביז 11:30 מיטאג צייט. איינמאל, אין 11:15 אַזייגער, אינמיטן די שחיטה, הער איך פון אַ שוחט פון די בני בית פון רבי'ן שרייט, נעמט אַרויס אַ פרישן חליף, מ'גייט שחט'ן פאַר די [סאַטמאַרער] רעביצין, און און מען האָט ארויפגעלייגט אַ פּאַפּיר אויף די פאָרנדיגע קייט (טשעין-ליין). דאָס איז געווען אַ סימן אַז פון דאָ וועלן באַלאַנגען די אלע עופות פאַר די סאַטמאַרער רביצין.

איך האב מיך פאָרגעשטעלט אז די שוחטים וואָס שחט'ן פון 1,000 ביז 1,500 עופות אַ שעה און פליקן נישט קיין פעדערן פון האלדז, און שחט'ן מיט איין דרסא, און אן אנדערער מיט איין הובאה, און מיט א הגרמה א.ד.ג. וועלען פאַר די רביצין אוודאי שחט'ן גאנץ אנדערש, מיט מער יראת שמים און מער אכטונג געבן אויף הגרמות א.ד.ג. אָבער איך געב אַ קוק און עס ווערט מיר שווארץ פאַר די אויגען, מען שחט אויף דעם זעלבן סיסטעם, גארנישט אנדערש, נאָר וואָס, מען האָט גענומען אַ פרישן חלף, און מען שחט מיט הגרמות מיט אַ דרסא, מען פליקט נישט קיין פעדערן.

יעצט, רבותי, וועט איר אביסל פארשטיין אַז ווען מען געט צו עסן פאַר די רעביצין אין שטוב אזויפיל עופות, בפרט די גרויסע הכנסת אורחים וואָס די רביצין זאָל זיין געזונט האָט איינגעפירט און פירט נאָך ווייטער אָן, און מען האָט באקומען בחנם פאַר די דינערס פון די ישיבה א.ד.ג. און מען האָט באקומען פון דעם קצב הידוע עטליכע אלפים יעדעס יאר כידוע, קען מען שוין פאַרשטיין פאַרוואָס דער קצב איז געווען מקורב ביים רבי'ן זצ"ל. דער סאטמארער רבי אליין האָט מברר געווען אַז ביי נעמען געלט פון די ציונים איז שייך כח הפּועל בנפעל, כל שכן ביים עסן ווען מען באקומט בחנם, איז אוודאי שייך כח הפּועל בנפעל, ווי די גמרא זאגט אין מסכת חולין ביי עובדי' (עיי"ש). אויך אין מסכת גיטין[2], דערציילט די גמרא ווי פאלגענד:

רב עמרם דער פרומער פלעגט האָבן צער פון די קנעכט פון ריש גלותא, די קנעכט האָבן אים אַמאָל געלייגט שלאָפן אויף די שניי. אויף מאָרגן האָבן די קנעכט געזאָגט צו אים "וואָס וויל דער רבי מען זאָל אים ברענגען", האָט רב עמרם געטראַכט "וואָס איך וועל זיי זאָגן וועלן זיי טאָן פאַרקערט, וועל איך זיי זאָגן פאַרקערט וועל איך האָבן וואָס איך וויל". האָט ער זיי געזאָגט אַז ער וויל רויטע מאָגערע פלייש געבראָטן אויף קוילן, און וויין געמישט מיט פיל וואַסער. האָבן די קנעכט אים געבראַכט פעטע פלייש געבראָטן אויף קוילן און ריינע וויין אָן וואַסער, האָט ילתא, די ווייב פון רב נחמן, געהערט וואָס מען האָט געטאָן צו רב עמרם, האט זי געהייסן מען זאָל אים ברענגען אין אַ באָד און מען זאָל אים לאָזן שטיין אין די הייסע וואַסער פון באָד ביז די וואַסער פון באָד זענען געוואָרן רויט ווי בלוט, ווייל עס איז אַרויסגעגאַנגען פון אים רויטע שווייס פון די פעטע פלייש מיט די ריינע וויין וואָס ער האָט געגעסן און געטרונקען, און עס האָבן זיך באַוויזן אויף זיין קערפער ווייסע קיילעכדיקע פלעקן.

רב יוסף[3], אַז אים פלעגט קאַלט ווערן, פלעגט ער מאָלן די מילשטיינער ביז ער האָט זיך דערשוויצט. רב ששת, אַז אים פלעגט קאַלט ווערן, פלעגט ער טראָגן שווערע פעקלעך ביז ער האָט זיך דערשוויצט. רב ששת האָט געזאָגט "ווי גרויס און גוט איז אַרבעט אַז זי דערוואַרעמט דעם אַרבעטער". דער ריש גלותא האָט אַמאָל געזאָגט צו רב ששת "פאַרוואָס עסט ניט אַמאָל דער רבי ביי אונז", האָט רב ששת געזאָגט צום ריש גלותא "ווייל איר האָט ניט קיין גוטע קנעכט, זיי זענען אין חשד זיי זאָלן אָפּשניידן אַ שטיק פלייש פון אַ לעבעדיגע בהמה און קאָכן און אייך געבן צו עסן", האָט דער ריש גלותא געזאָגט צו רב ששת "ווער זאָגט דאָס אַז מיינע קנעכט וועלן אַזוי טאָן", האָט רב ששת געזאָגט צום ריש גלותא "איך וועל דיר ווייזן אַז עס איז ווי איך זאָג". האָט רב ששת געזאָגט צו זיין באַדינער “גיי גנב'ע און ברענג מיר אַ פוס פון אַ בהמה וואָס עס ליגט צושניטן ביי דעם ריש גלותא", האָט דער באַדינער געבראַכט, דערנאָך האָט רב ששת געזאָגט צו די קנעכט פון ריש גלותא "צושניידט די בהמה און ברענגט אַהער אַלע שטיקער און שטעלט צוזאַמען אַלע שטיקער אַזוי ווי עס איז געווען פריער פאַר דעם צושנידן", האָבן די קנעכט געבראַכט דריי פיס און האָבן געלייגט פאַר רב ששת, האָט רב ששת צו זיי געזאָגט "האָט דען די בהמה געהאַט מער ניט ווי דריי פיס"? זענען די קנעכט געגאַנגען און האָבן אָפּגעשניטן אַ פוס פון אַ לעבעדיקע בהמה, און האָבן געבראַכט פאַר רב ששת, האָט רב ששת געזאָגט צו זיין באַדינער "לייג אַנידער די פוס וואָס דו האָסט גענומען אויך", האָט ער זי אַנידערגעלייגט, האָט רב ששת געזאָגט צו די קנעכט "האָט די בהמה געהאַט פינף פיס"? האָט מען אויסגעוויזן אַז זיי געבן עסן טריפות, האָט דער ריש גלותא געזאָגט צו רב ששת אויב דער רבי וויל ניט עסן ביי אונז דורך די קנעכט, וועלן די קנעכט מאכן דאָס עסן פאַר דעם רבי'ס באַדינער, דער באַדינער וועט זעהן אַז עס איז כשר געמאַכט געוואָרן, וועט דער רבי מעגן עסן. האָט רב ששת געזאָגט "איך וועל עסן", האָט מען פאַר אים געשטעלט אַ טיש, און מען האָט געבראַכט פאַר אים פלייש, און מען האָט געלייגט פאַר אים אַ חלק פלייש מיט אַ ביינדל, און רב ששת איז געווען בלינד, האָבן זיי געטראַכט אַז ער וועט געוויס אַראָפּשלינגען דעם ביינדל וועט ער דערוואָרגן ווערן. רב ששת האָט אַרומגעטאַפּט די שטיקל פלייש, האָט ער געפונען אינעווייניג דעם ביינדל, האָט ער גענומען די גאַנצע שטיקל פלייש און האָט איר איינגעוויקלט אין זיין פאַטשיילע.

דערנאָך[4] ווי מען האט אָפּגעגעסן האָט מען געזאָגט צו רב ששת ביי אונז איז גע'גנב'עט געוואָרן אַ זילבערנער כוס [ווייל זיי האָבן געזען ווי ער וויקלט עפּעס איין אין די פאַטשיילע, און זיי האָבן נישט געוואוסט וואָס, דעריבער האָבן זיי געזאָגט "עס איז גע'גנב'עט געוואָרן אַ זילבערנער כוס" מען זאָל ביי אים זוכן, וועט מען געפינען וואָס ער האָט באַהאַלטן]. זוכנדיק ביי אים האָבן זיי געפונען די איינגעוויקלטע שטיקל פלייש, האָבן זיי געזאָגט צום ריש גלותא "איצט זעהן מיר אַז דער רבי האָט גאָר ניט געוואָלט עסן, ער האָט געוואָלט מיר זאָלן האָבן צער", האָט רב ששת צו זיי געזאָגט "איך האָב יאָ געגעסן נאָר איך האָב פאַרזוכט די פלייש און עס איז געווען פון אַ קראַנקע בהמה", האָבן די קנעכט געזאָגט צו רב ששת "מיר האָבן היינט ניט געשאָכטן קיין קראַנקע בהמה", האָט רב ששת געזאָגט צו די קנעכט "זוכט אויף דעם אָרט וואו איך ווייז אייך, פון וואַנען איר האָט אויסגעשניטן די שטיקל פלייש וואָס איר האָט מיר געגעבן", וואָרום רב חסדא האָט געזאָגט אַז מען געפינט אַ שוואַרצן פלעג אויף אַ ווייסע פעל, אָדער אַ ווייסן פלעק אויף אַ שוואַרצע פעלק איז דאָרט געווען אַ מכה, איז די פעל געענדערט געוואָרן. האָט מען געזוכט און מען האט געפונען אַזוי ווי רב ששת האָט געזאָגט. ווען רב ששת איז אַרויסגעגאַנגען פון ריש גלותא האָבן די קנעכט געגראָבן אַ גרוב אויפ'ן וועג, און זיי האָבן באַדעקט אַ ראָגאָזע [טאַפּעט] אויף דעם גרוב, און זיי האָבן געזאָגט צו רב ששת "קום רבי מיר וועלן דיך פירן אָפּרוען" איז רב חסדא געגאַנגען אונטער רב ששת און האָט אַ הוס געטאָן, וואָרום רב חסדא האָט פאַרשטאַנען אַז מען האָט דאָ געוואלט עפּעס טאָן, האט רב ששת געזאָגט צו אַ קינד "זאָג דיין פּסוק", האָט דער קינד געזאָגט "אבנר האָט געזאָגט צו עשהאל נייג אָפּ פון וועג און גיי אויף די רעכטע אָדער אויף די לינקע זייט", האָט רב ששת געזאָגט צום באַדינער "וואָס זעסטו?" האָט דער באַדינער געזאָגט "איך זע אַ ראָגאָזע [טאַפּעט] ליגט, האָט רב ששת געזאָגט צום באַדינער "גיי אַוועק פון די ראָגאַזשע [טאַפּעט] רעכטס אָדער לינקס, ווי רב ששת איז אַריבערגעגאַנגען האָט רב חסדא געזאָגט צו רב ששת "פון וואַנען האָסטו געוואוסט ניט צו גיין אויף די ראָגאָזע [טאַפּעט]?" האָט רב ששת געזאָגט צו רב חסדא "ערשטנס ווייל דו האָסט אַ הוס געטאָן, האָב איך פאַרשטאַנען אַז דאָ מוז עפּעס זיין. צווייטנס, דער קינד האָט מיר געזאָגט אַ פּסוק אַז מען דאַרף גיין לינקס אָדער רעכטס, און דריטנס, ווייל די קנעכט זענען ניט גוטע וואָלט איך אַליין אויך געטראַכט טאָמער האָבן זיי געמאַכט עפּעס אַ שטרויכלונג אין וועג".

דער סאטמארער רבי זיע האָט אַלץ געזען פאָראויס און געהייסן אריינשרייבן אין די תקנות פון די התאחדות הרבנים אַז מען זאָל נישט געבן קיין שום השגחות, ווייל ער האָט געוואוסט אַז הכסף יטהר ממזרים, אָבער מען זעט דאָך ווי מעשה בעל דבר הצליח צו פאַרנאַרן דעם רבי'ן מיט די הכשרים פון די התאחדות אויף די שחיטה, און אויף הונדערטער הכשרים.

 ווי אַזוי און פאַרוואס האבען די שטוב מענטשן פאַרפירט דעם סאטמארער רבין זצ"ל ער זאָל מסכים זיין אַז די התאחדות הרבנים זאָל געבן הכשרים אויף הונדערטער פראדוקטען, וחֵלֶב בתוכם, וואָס דאָס איז געווען לכתחילה אַקעגען זיין רצון, און ווי אַזוי האָט דער סאטמארער רבי געהייסען פאַר'ן דעברעצינער רב, ער זאָל אויפגעבען זיין גאנצן מלחמה-פראָנט אויף כשרות איבער גאנץ אמעריקע? דער סאטמארער רבי איז דאָך געווען כל ימיו אַ געוואלדיגער קנאי אין אלע עניני היהדות, איז ווי אַזוי האָט פּאסירט אזא זאך?

דער תירוץ איז:

די שטוב מענטשן האבן דערציילט פאַר'ן רבי'ן אַז די ציונים האבן געמאכט אַ וועד הכשרות, בראש מיטן דעברעצינער רב, און זיי ווילן חרוב מאכן דאָס גאנצע אידישקייט, און עס איז נישט דאָ קיין אנדערע ברירה ווי אז די התאחדות הרבנים זאָל גרינדן אַ בית דין מיוחד לעניני כשרות, און די משרתים האָבן געוואוסט אַז ווען עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַן ענין פון ציונות איז דאָך גאָרנישט שייך, ווייל דאָס איז דאָך ערגער ווי עבודה זרה, און עס גייט דעם רבי'ן בנפשו, ממילא איז דאָס גרינדן אַ בית דין מיוחד געוואָרן אַן ענין פון הצלת הכלל, הגם וואס איינע פון די תקנות פון רבי'ן בשעת מ'האט געגרינדט די התאחדות הרבנים איז געווען אז די התאחדות הרבנים זאל נישט געבן קיין השגחות, ווייל אז נישט וועלן זיי האבן א פנים ווי די אגודת הרבנים. (איך האב געזען דעם פראטאקאל פון די התאחדות הרבנים, פון הגה"צ ר' אברהם מאיר איזראעל זצ"ל, בעמח"ס ילקוט המאירי על הש"ס ושו"ת ויען אברהם על ד"ח שו"ע. אויך ליגט דער פראטאקאל ביים כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א).

דאָס זעלבע האָט זיך איבערגע'חזר'ט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, ווען דער וועד הכשרות איז אַרויס אַקעגן די שחיטה. זיי האָבן באַרירט די שחיטה פון די "אָ-יו", און באַשריבן דעם גאַנצן סיסטעם פון די שחיטה, אויך פון די היימישע. נאך דעם וואס זיי האבן פראבירט מיט אלע אופנים פון טעראר וכו', האבן זיי שוין נישט געהאט קיין ברירה, נאר זיי האָבן געלאָזט רופן דעם דעברעצינער רב צום סאטמארער רבי'ן, און דער רבי האָט איהם געהייסן אויפגעבן דעם וועד הכשרות.

ווען דער דעברעצינער רב האָט געפרעגט, וואָס הייסט, מען איז דאָך מאכיל טריפות אין גאנץ אמעריקע און ווער וועט דאָס איבערנעמען, ווער וועט מלחמה האלטן קעגען זיי, ווער וועט מתקן זיין דאָס כשרות, מיר האבען אלע ערליכע רבנים וואָס ארבעטן מיט אונז, ווי פאפא רב, קאשויער רב וכו', האָט דער רבי געענטפערט אַז מען דאַרף זען מתקן צו זיין בצנעה, ווייל בפרהסיא שטערט דאָס אידישקייט אין די מלחמה קעגן ציונות. האָט דער דעברעצינער רב געזאָגט, אויב דער רבי נעמט דאָס אויף זיך, אויפן אייגענעם אחריות, געב איך אלעס אויף. און דער דעברעצינער רב האָט טאַקע אויפגעגעבן דעם וועד הכשרות. אָבער דער מדריך איז נאָך אַרויסגעקומען מיט נאָך 14 עקזעמפּלאַרן, אָבער אָן די אויפזיכט פון דעברעצינער רב און זיין נאָמען, נאָר עס איז געשטאַנען בהתייסדות פון דעברעצינער רב שליט"א.

יעצט, רבותי!!! טראכט אליין אריין ווי מען האָט געקענט דעם רבין אַזוי טוהן ווייל ער איז נישט געווען געזונט. ער האָט גאנץ גוט פאַרשטאנען וואָס מען האָט איהם געזאגט, דאָס איז אלעס נאָר געווען ווייל די שטוב מענטשן האָבען איהם איינגערעדט און געצאפּט דאס בלוט יאָרן לאַנג.

 

a

 


 

[1]) נאך ערגער איז ווען מ'זאגט נאך פאלשע זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אין נאמען פון דעם צדיק, ווי דער סאטמארער רבי זצ"ל האט געזאגט בדרך מליצה אויף די גמרא אין מסכת ברכות, וואס דערציילט אז רבן יוחנן בן זכאי האט פאר זיין פטירה געוויינט און געזאגט, אז ער וויינט ווייל ער האט צוויי וועגן פאר זיך, איין וועג צום גן עדן און איין וועג צום גיהנום, "ואיני יודע באיזה דרך מוליכין אותי". האט דער סאטמארער רבי געטייטשט, אז די כוונה דערפון איז, ווייל כל זמן א מענטש לעבט הערט ער אויב מען זאגט נאך אין זיין נאמען פארשידענע ליגענס און ער קען אפלייקענען, אבער נאך זיין פטירה "מוליכין אותי", פירט מען אים שוין, דהיינו, די תלמידים "פירן ארום" זיינע ווערטער, יעדער פוצט עס צו לויט זיין געשמאק ווי ער וויל, און ממילא ווייסט ער נישט אויב מענטשן וועלן אננעמען זיינע ווערטער לטוב אדער פארקערט ח"ו, ע"כ.

און ליידער האט מען געזען אז אזוי איז טאקע געווען במציאות, אז מען האט דעם רבי'ן פארנארט, און מ'האט ארומגעפירט אין זיין נאמען פארשידענע שמועות, אלץ כדי צו פארנארן אויך דעם עולם וואס קויפט פלייש, אז מען זאל מיינען כאילו דער רבי אדער די התאחדות גיט א השגחה אויף די פלייש פון וויינשטאק.

ובענין זה שאפשר להונות את הצדיק, ידוע מה שנעשה עם פסל מיכה תחת הנהגתו של משה רבינו ודור דעה ארבעים שנה במדבר, ואעפ"כ נעלם זאת שאל ידעו אודות הפסל, וכן תחת הנהגתם של שופטים היו עובדים עבודה זרה הרבה כמבואר בשופטים, וכן תחת הנהגתו של יאשיהו המלך שהפך עולם ומלואה בביעור ע"ז בכח של מלכות, ויאשיהו הי' צדיק גדול כמו שמעיד עליו הפסוק (מלכים ודברי הימים), ואעפ"י היו ליצני הדור עושים מה שלבם חפץ שלא בידיעתו, כמו שאמרו חז"ל.

ובפרשת דברים (א', י"ג) הבו לכם אנשים חכמים ונבונים לשבטיכם ואשימם בראשיכם, ופירש"י שהם ניכרים לכם שאם בא לפני מעוטף בטליתו איני יודע מי הוא ומאיזה שבט הוא ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו שאתם גדלתם אותו לכך נאמר וידועים לשבטיכם, עכ"ל.

וכתב על זה בספר דברי שלום להגה"ק מוה"ר אברהם שלום מסטראפקוב זצ"ל (בן הגה"ק משינאווע זי"ע) וזה לשונו, הנה יש להוכיח מזה גודל מעלת הצדיקים, אפילו כשיש איזה מחלוקת בין איזה צדיקים ושומעין מהם שאחד אומר על חבירו דיבורים כנגדו, ידוע שזה מחמת בעלי לשון אשר היצה"ר רוצה להפריע הצדיקים ותלמידיכם מעסק מצותם ותורתם על כן הוא מעמיד הולכי רכיל בשקרים שונים, וקלי הדעת אומרים, כיון שהרבי הוא בעל רוח הקודש, איך אפשר להטעותו, ומזה באים ח"ו לפקור באמתיות צדקת הצדיקים הקדושים האמתיים, ובאמת מי שאומר כה, שאי אפשר להטעות את הצדיק, הוא אפיקורסות, כיון שמצינו שאפילו משה רבינו ע"ה אדון הנביאים אמר וידועים לשבטיכם שאם בא לפני מעוטף בטליתו איני יודע כו' ואם הגון הוא כו' אלא ע"כ שאם בא איש צבוע לפני הצדיק ורוצה להטעותו שהוא איש כשר אפשר שהצדיק אינו יודע פנימיותו, כמו שאמר משה רבינו ע"ה איני יודע מי הוא עכ"ל.

ובפרשת וישלח (ל"ב, ט') על פסוק והי' המחנה הנשאר לפליטה וגו' פי' האבן עזרא וז"ל, כי אין הנביא יודע הנסתרות אם לא יגלה לו ה', ואלישע אמר וה' העלים ממני (מלכים ב' ד' כ"ז) עכ"ל.

הרי שמשה רבינו ואלישע הנביא לא ידעו וכן שאר הנביאים לא ידעו רק מה שהגיד להם השי"ת, אבל שאר הדברים יתכן שנעלם גם מהם ויתכן שידעו אבל אינו מוכרח ואפשר שיתעלם מהם.

ומצינו ביעקב אבינו ע"ה ולא ידע יעקב כי רחל גנבתם, אבל החסידים אומרים כי רק אצל יעקב הי' יכול להיות דבר כזה שלא ידע מה שנעשה תחת רשותו, אבל לא אצל מרן ז"ל... וכן רק את יצחק אבינו הי' אפשר לרמות, אבל החסידים אומרים כי הרבי גדול מכולם ואותו אי אפשר לרמות, ומוכרח שידע הכל ויכול הכל, וממילא ראי' ברורה שהכל הי' טוב.

ומבואר בספר מלאכים שנמצאו מכשולים של כרת רח"ל תחת גדולים מדורות קדומים, כגון אסא מלך יהודה שהי' צדיק והי' לו כח של מלאכות, ואעפ"כ נאמר (מלכים א' ט"ו י"ד) והבמות לא סרו, פירש"י במות היחיד שהורגלו ליקרב עליהן לשמים משחרבה שילה עד שנבנה הבית שהיו הבמות מותרות לא סרו עתה ואע"פ שנאסרו משנבנה הבית והיו עונשים עליה כרת, עכ"ל.

וגבי יהושפט שהי' צדיק, נאמר (מלכים א' כ"ב, מ"ד) אך הבמות לא סרו עוד העם מזבחים ומקטרים בבמות - וכן גבי יהואש (מלכים ב' י"ב, ג') ויעש יהואש הישר בעיני ה' וגו' רק הבמות לא סרו וגו', וכן גבי עזרי' (מלכים ב' ט"ו ג') ויעש הישר בעיני ה' רק הבמות לא סרו וגו', וכן גבי יותם שהי' צדיק מופלג (כמבואר ברש"י דברי הימים ב', כ"ז ב', ויעש הישר בעיני ה' ככל אשר עשה עזיהו אביו הטובות שעשה אביו, וזהו שאמר ר' שמעון בן יוחאי במסכת סוטה אלמלא יהי' אברהם אבינו מקבל עליו כל עוונות הדור עד לו אני הייתי מקבל חטאי הדורות מאברהם עד לי, ואם הי' יותם בן עוזיהו עמי היינו מקבלים עלינו מאברהם ועד סוף הדורות וכו' עכ"ל עיי"ש) ואעפ"כ נאמר (מלכים ב' ט"ו ל"ד) רק הבמות לא סרו וגו' - עד חזקיהו המלך שאצלו נאמר (מלכים ב' י"ח ג') הוא הסיר את הבמות.

ובימי המהרש"ל זצ"ל נמצאו מכשולים של חלב תחת הנהגתו והנהגת שאר גדולים שבימיו, כמבואר בספר ים של שלמה, ושם במסכת חולין פרק גיד הנשה סימן י"ט כתב וז"ל, אני הגבר ראיתי שרוב המנקרים שלנו אע"פ שמחמירים בענין ניקור לחתוך אפילו מההיתר ובכל זאת נמצא הרבה פעמים שמקילין בחלב, לכן נהגתי בעצמו שלא לאכול בשר מנוקר עד שיבדוק הבשר ע"י עוד מנקר עכ"ל, עי"ש.

ובכרתי (להגה"ק מוה"ר יונתן אייבעשיץ זצ"ל) כתב בסוף סימן ס"ה וזה לשונו, בזמן הזה יש להחמיר יותר שלא לסמוך על חזקת כשרות המנקר כיון דעכשיו רבו החומרות וכבד עליו הטורך ועל הרוב אינם בני תורה ואין לסמוך בניקור כי אם על בקי וירא ה' מרבים, עכ"ל.

עוד כתב וז"ל, מיום עמדי על דעתי שלמדתי הלכות ניקור להיות בקי בהן ובשמותיהן, לא סמכתי על מנקר כי אם מה שהייתי מנקר בעצמי ויגיע כפי אכלתי, עכ"ל.

ובספר צנה לדוד (להגאון מוה"ר דוד דייטש זצ"ל, מגדולי ספרי הניקור בשנת תק"ח) כתב וזה לשונו: ראיתי מנקרים חותכין בשר ואומרים זה חלב ועל חלב גמור אומרים שזה בשר, וכמה פעמים עמדו המנקרים ואומרים בחוצפה כך קבלנו וכך מנהגינו מקדם, והיינו בעיניהם כמתעתע באומרם אם אמת אתך למה אין מזהירין לנו הרבנים אשר בארץ המה חכמי הדור על זה, ואני בעניי אמרתי להם בודאי חכמי הוראות לא ידעו מזה המכשול. ועל מהנגך אני אומר דור תהפוכות המה ומנהגם לגיהנם, עכ"ל.

ובספר שו"ת בית יצחק (יורה סימן ס"ד) כתב אודות הרבנים שמשכו ידיהם מן המנקרים בשר מליתן השגחה עליהם וסומכין על המנקרים שלמדו איש מפי איש, ולפעמים גם רבי לא שנה ואם כן תלמידו מנין לידע, וגם בחלק הפנימי הכל ממשמשין בו נשים ועבדים וקטנים, ובפרט שוחטי זמנינו שלומדים דיני שחיטות ובדיקות מחדש ולקחו קבלה מהרב וענין ניקור לא ראו ולא ידעו כלום ועם כל זה לאחר שנתמנו לשו"ב עושים את עצמם למנקרים והעולם סומכין עליהם ואין מי שישגיח עליהם, והכל מפני שגם הרבנים בעלי הוראה אינם בקיאים בטוב ענין זה, על כן צריך הרב ללמוד בעצמו מקודם בטוב סדר הניקור בחלק הפנים, עכ"ל (מובא בהקדמה לספר גבעת פנחס).

ושם בספר גבעת פנחס הלכות ניקור כתב וז"ל, הרבה שנים שאני עוסק בעניני ניקור והייתי בהרבה עיירות גדולות וקטנות, וראיתי בעוה"ר שיש הרבה מכשולים ועוררתי עליהם וכולם נתנו לי טובת עין, עכ"ל.

ועיין בקונטרס דרכי חיים להר"ר רפאל ז"ל, משמש בקודש אצל מרן הקדוש בעל דברי חיים זי"ע, והקונטרס מפורסם לאמיתי (וידוע שגם הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע הי' מעיין בו לפעמים) ובסופו מספר על מכשול בענין החָלָב תחת הנהגתו של הדברי חיים ובית דינו, אבל נחרדו תיכף לתקן המכשול.

וכבר הזהיר החפץ חיים זצ"ל בספרו דבר בעתו וזה לשונו, ומה מאוד יתמרמר על זה שבדבר תוכחה קלה הי' יכול להסתלק מכל אלו הדינים, ואל יתפתה בנפשו לומר, שבודאי לא יהי' הדין עליו לבד, כי אינו יחיד בעירו. כי לעומת זה תדע, כשנתחייב אדם בערבות גדולה לכמה עשרות אלפים דינרים, אפילו נתערבו אתו עוד כמה וכמה אנשים, מיהו כשמגיע לזמן התשלומים, אפילו אם יגיע עליו רק חלק מן הערבות, הוא עולה גם כן לסכום גדול, אשר יצר לו מאוד על ידי זה, ואף כאן בענינינו, לפי הידוע שכהיום נתרבה מאוד ענין אכילת איסורים, וכאשר תבוא לחשבון, יגיע לאלפי כזיתים של איסור, הנאכלים בשבוע אחד ובמקום אחד וכו' וכו'. וכל שכן אלו האנשים אשר יש בידם לזרז את אנשי עירם להחזיק במצוה זו של קדושת המאכלות, ולמנוע נפשות ישראל מאיסורים והתרשלו, בודאי עיקר האשמה תהי' עליהם, וכדאיתא בתנא דבי אליהו כל מי שסיפק בידו למחות ולא מיחה ולהחזיר למוטב ואינו מחזיר, כל הדמים הנשפכים אינו אלא על ידו וכו', עיי"ש.

ונסיים בדברי הגאון שר התורה מוה"ר שלמה קלוגער זצ"ל, שכתב בספרו טוב טעם ודעת חלק א' בפתחי שערים, אודות השוחט רע מעללים מק"ק בארדיטשוב שזכה להרחיקו ולהעבירו מהשחיטה, וזל"ק: "ללמד דעת לדורות אולי יזדמן עוד למעשה כזה ידעו איך להתנהג ולקיים החכמה תחי' בעליה בשני עולמות. והלואי כד שכיבנא יפוק לקדמנא זכות זה מה שביערתי הרעה הזה מן העולם, וכן יאבדו כל אויביך ה', ועלינו יערה רוח ממרום, עכ"ל.

 

ובודאי אם היו מכשולים תחת מלכות בית דוד כנ"ל, בזמן שצדיקים היו שולטים ולא הי' עולם של הפקר, ואם נמצאו מכשולים של חלב תחת הנהגתו של המהרש"ל ז"ל ושאר גדולים שבימיו, וכן בדורות שאחר כך תחת הנהגת גדולי עולם כמבואר לעיל, וכל ההמון חרד בלי הפקרות, למה לא יוכלו להמצא מכשולות גם בימי מרן מסאטמאר זצ"ל בלי ידיעתו בעולם של הפקר שבמדינת אמעריקע, מקום זייפנים ורמאים וקלים וריקים אשר אין לשום אדם שליטה עליהם ומי יאמר להם מה תעשה, ויכול להיות שלא ידע מרן ז"ל עם מי יש לו עסקים, וכמו שהי' זה מציאות אצל משה רבינו ע"ה.

 

[2]) רב עמרם חסידא כי הוו מצערי ליה בי ריש גלותא הוו מגנו ליה אתלגא [דרך לאחוז לו חולה מחמת צנה כמפורש שם בגמרא ורפואתו בשרא שמינא אגומרא וחמרא חייא, פי' בלא מזיגת מים כמבואר שם בגמ']. למחר אמרו ליה מאי ניחא ליה למר דלייתו ליה, אמר הני כל דאמינא להו מיפך אפכי. אמר להו בישרא סומקא [כחוש] אגומרא וחמרא מרקא [מזוג במים הרבה]. אייתו ליה אינהו בישרא שמינא אגומרי וחמרא חייא, שמעה ילתא [אשת רב נחמן, והיתה בת הנשיא ואשת אב ב"ד וחשובה, כדאמרינן בהעור והרוטב דרב נחמן חתניה דבי נשיאה הוה] ומעיילא ליה לבי מסותא [מרחץ] ומוקמא ליה במיא דבי מסותא עד דמהפכי [מתהפכים מחמת זיעה אדומה היוצא ממנו ע"י בשרא שמינא וחמרא חייא] מיא דבי מסותא והוו דמא וקאי בישריה פשיטי [בהרות עגולות] פשיטי.

[3]) רב יוסף איעסק [מתעסק] בריחיא [כדי שיתחמם ויזיע], רב ששת איעסק בכשורי [לשאת קורות ומשאות], אמר גדולה מלאכה שמחממת את בעליה.

א"ל ריש גלותא לרב ששת מ"ט לא סעיד מר גבן, א"ל דלא מעלו עבדי דחשידי אאבר מן החי, אמר ליה מי יימר אמר ליה השתא מחוינא לך, אמר ליה לשמעיה זיל גנוב אייתי לי חדא כרעא מחיותא, אייתי ליה אמר להו אהדמו לי הדמי דחיותא [סדרו לפני נתחי הבהמה לנתחיה אהדמו הנתיחו כלומר ערכו הנתחים] אייתו תלת כרעי אותיבו קמיה א"ל [ריש גלותא] הא בעלת ג' רגלים הואי פסיק אייתו חדא מעלמא אותיבו קמיה א"ל לשמעיה אותביה נמי להך דידך אותבה אמר להו האי בת חמש רגלים הואי א"ל אי הכי [משום דחשידי הוא] ליעבדו קמיה דמר [כלומר קמי שמעיה דמר יסדרו המאכל בהיתר]  וליכול, א"ל לחיי קריבו תכא [שלחן] קמיה ואייתו קמיה בישרא ואותיבו קמיה וריסתנא דחנקא חמתא [עצם קטן שעל כף הירך שאדם בולעו ונחנק משום דרב ששת סגי נהור הוה ולא יראנו ויאכל ויחנק], גששיה ושקלה כרכה בסודריה [מששה והרגיש באותו עצם, שקל כל החתיכה וכרכה בסודריה].

[4]) לבתר דאכיל אמרי ליה [לריש גלותא] איגניב לן כסא דכספא [שהיו רואים אותו כורך בסודריה ורוצים לבדוק מהו] בהדי דקא מעייני ואתי אשכחוה דכרוכה בסודריה (אמר) [אמרי] ליה חזי מר דלא מיכל קא בעי אלא לצעורן אמר להו אנא מיכל אכלי [וטעמו טעמתי] וטעמי ביה טעמא דחיורא [בשר בעלת שחין], אמרי ליה חיורא לא עביד לן האידנא [לא שחטנו היום בהמה בעלת שחין], אמר להו בדקו בדוכתיה [בעור (היו בודקין) במקום ריסתנא זו בכף הירך ותמצאנו בעור שהוא לבן] דאמר רב חסדא אוכמא בחיורא וחיורא באוכמתא לקותא היא [טלאי לבן בעור שחור לקותא היה שם בבשר ונהפך העור ללבן], בדוק אשכחוה, כי קא נפיק כרו לי בירא [חפרו גומץ שיפול בו] ושדו ליה צפיתא עילויה [השליכו מחצלת ע"פ הבור כדי שלא יבין מושבו] ואמרי ליה ליתי מר לינח [לשכב במושבו] נחר ליה רב חסדא [עשה לו סימן כמו נחרת סוסיו] אמר ליה [רב ששת] לינוקא פסוק לי פסוקיך אמר ליה (ש"ב ב) נטה לך על ימינך או על שמאל [פסוק הוא בעשהאל], א"ל לשמעיה מאי קא חזית א"ל ציפתא דשדיא א"ל הדר מינה [חזור מעליה לימין או לשמאל] לבתר דנפק א"ל רב חסדא מנא הוה ידע מר א"ל חדא דנחר לי מר ועוד דפסק לי ינוקא פסוקא ועוד דחשידי עבדי דלא מעלו.