דף קפט        PAGE 189

 

גליון "קול הסת"ם" # 189
טבת תשס"ח לפ"ק

 

ט"ו טבת תשס"ח

כמעשה השחיטה ב50 שנים האחרונות ש99 % אחוז מכל השחיטות הגדולות היה נבילות וטריפות חלב ודם - כמו כן בדיוק מתרחש בקלף לסת"ם - וראה לעיל מה שהגה"צ ר' שרגא פייוויש מנדלוביץ זועק תמרורים על מצב הדור בשחיטה בכשרות בניקור מה שהולך עם הקצבים, ועל הרבנים שמוכרים את הכלל ישראל בעד בצע כסף - ועכשיו כשתקרא את המאמר מר' שרגא פייוול מענדלאוויץ זצ"ל כל מקום שכתב כשרות תחשוב מהקלף

בעזהשי"ת

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אן ענטפער אויף אַן אַטאַקע צו איינעם פון די אנשי המחנו"ט אונטערן נאָמען פון
צבי דוד הערשקאָוויטש

אין דעם קונטרס ווערן פאַרענטפערט אַלע קשיות און סיבות פּינקטלעך ווי אַזוי די קצבים ושותפיהם האָבן פאַרפירט דעם סאַטמאַרער רבי'ן זי"ע און נאָך רבי'ס און רבנים ז"ל (שליט"א) צענדליגער יאָרן, מיט'ן גאַנצן כלל ישראל אין אַמעריקע, און פאַרוואָס אַלע רבנים גדולי ישראל האָבן געציטערט די גאַנצע צייט זיך אָנצורופן וועגן די מורא'דיגע עוולות פון די מאכילי נבילות וטריפות חלב ודם.

v

פה ברוקלין יצ"ו, תשנ"ו לפ"ק


 

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אַן אָפענער בריוו צו

האָלמינער רב שליט"א

פון צבי דוד הערשקאָוויטש

שאלה א:

ווי קענט איר שרייבן טאָג און נאַכט קעגן די פליישן, דאָרט וואו איר אַליין ווייסט גאַנץ גוט אַז דער סאַטמאַרער רבי ז"ל אַליין האָט געגעבן אַ בריוו און האָט געהייסן אַלע זיינע חסידים צו קויפן פלייש אין סאַטמאַרער בוטשער סטאָר, און דער בריוו איז געווען געדרוקט אין צייטונג "דער איד". אויך איז עס געווען געדרוקט אין "דער אידישער קוואַל", און אויך הענגט דאָס כסדר אין סאַטמאַרער בית המדרש. און עס איז בכלל נישט מעגליך אַז איר זאָלט נישט וויסן דערפון.

שאלה ב:

איר האַלט אין איין האַקן קעגן די חלב פּרשה, טאָג און נאַכט זענט איר נאָר ביזי מיט דעם. ווען וועט דאָס שוין נעמען אַן עק? דורך אייער אַזוי פיל שרייבן גייט מיר שוין אַוועק דער אַפּעטיט פון עסן דאָס פלייש, און איך דאַרף דאָס האָבן צו מיין געזונט. (עי' להלן שזה מזיק מאד ויש שאר מאכלים כנגדם יותר טובים ובריאים פארעווע בלא חשש כלל).

מיין פרוי וויל מיר נישט מאַכן קיין פלייש, שטענדיג דאַרף איך זיך קריגן מיט איר, און דאָס קומט אַלעס נאָר ווייל זי לייענט אייערע אַרטיקלען. ווייסט איר דען נישט אַז די אידן אין מצרים האָבן אויך געשריגן "מי יאכילנו בשר"? ווייל מען קען נישט עקזיסטירן אָן פלייש, כל שכן אַזאַ שוואַך דור.

ווייסט איר דען נישט פון דעם בריוו וואָס דער בית דין פון התאחדות הרבנים האט אַרויסגעגעבן מיט די חתימות פון די גדולי הרבנים, אַז עס איז בכלל נישטאָ קיין שום שאלה אויף ניקור אין גאַנץ אַמעריקע? איז ווי קענט איר שרייבן פּונקט פאַרקערט פון דעם סאַטמאַרער רבי'ן און זיין בית דין הגדול בירושלים וואָס די גאַנצע וועלט ציטערט פאַר זיי, נאָר איר, האָלמינער רב, ציטערט נישט?

שאלה ג:

ווי קענט איר אַרויסגיין קעגן די אַנדערע גדולי ישראל וואָס זיי זענען צוויי מאָל אַזוי אַלט פון אייך? הגם איר האָט טאַקע אַרויסגעגעבן אַ סאַך חיבורים, אָבער מיט דעם מיינט דאָס נאָך נישט אַז איר מעגט שרייבן קעגן זיי. ווען איר וואָלט געווען כאָטש עלטער פון זיי וואָלט איך נאָך פאַרשטאַנען, אָבער איר זענט דאָך יונגער פון זיי?

ווי ווילט איר אָפּהאַלטן אידן פון עסן פלייש, דאָרט וואו אַ גרויסער חלק פון די הכנסה גייט פאַר אונזערע מוסדות, וואו עס לערנען איבער 10 טויזנט קינדער בלע"ה, וואָס ליידער דורך אייערע אַרטיקלען האָבן זייער אַ סאַך אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, און מיט דעם רויבט איר אַוועק ריזיגע סכומים פון געלט וואָס די ישיבה לעבט פון דעם, און צוליב אייך שטייען מיר היינט אין אַ גרויסן דעפיציט ל"ע, און ווער ווייסט ווי לאַנג מען וועט דאָס קענען דורכטראָגן. איר קענט נעמען אויף זיך אַזאַ גרויסע אחריות?

ווייסט איר דען נישט די מעשה מיט'ן דעברעצינער רב, דאָס בשעת ווען ער איז אַרויסגעקומען מיט זיין "מדריך הכשרות" און מיט'ן "ועד הכשרות" און דער סאַטמאַרער רבי האָט אים געלאָזט רופן, און געהייסן אויפגעבן דעם גאַנצן מלחמה-פראָנט פון כשרות, און האָט אים געזאָגט אַז קיינער האָט אייך נישט געשטעלט מזכה צו זיין די וועלט וועגן כשרות, איר זענט נישט די וועלט'ס פאַרזאָרגער. און אויב דעם דעברעצינער רב האָט דער סאַטמאַרער רבי געהייסן אויפהערן מיט די עסקנות פון כשרות, ווי אַזוי מיינט איר, זענט איר שוין גרעסער פון דעברעצינער רב אויך?

איך האַלט, לאָזט זיך שוין אָפּ פון אייער אַרבעט. לאָזט מנוחה די אידן וואָס ווילן זיך מחיה זיין שבת קודש מיט אַ פיינעם טשאָלנט מיט פיינע מאַרעך ביינער און מיט אַביסעלע סטעיק, סאַלאַמי, פּאַסטראַמי. יעדער ערליכער איד זינגט יעדן שבת מיט גרויס התלהבות צוזאַמען מיט די קינדער "בשר ודגים וכל מטעמים". מיר דאַרפן דאַנקען השי"ת אַז מיר האָבן געלט צו קויפן אָט די פיינע מאכלים, וד"ל.

צבי דוד הערשקאָוויטש


 

 

תשובה אויף שאלה א:

צו מיין טייערען פריינט צבי דוד הערשקאוויטש נ"י, (וואָס איך מיין אַז דאָס איז בכלל נישט אייער נאמען, אַזוי ווי איך האב שוין געהאט ענליכע פראגעס פון דוד בריקמאן, און פון משה קיימאן ווי געדריקט אין ספר אכילת בשר הלכה למעשה).

און היינט איז דאָס אייער נאמען וואָס הייסט צבי דוד הערשקאוויטש. עס זעט אויס אַז איר האָט געמוזט מוסיף זיין איין נאמען, ע"כ ווינטש איך אייך אָן אַ מזל טוב צו אייער נייעם נאמען, און השי"ת זאָל העלפן אַז פון היינט אָן זאָלט איר תשובה טוהן און מעורר זיין אויך אנדערע זאָלן אויפהערען צו עסן פון די בשר נבילות וטריפות חלב ודם (כדי איר זאָלט אביסל פאַרשטיין דעם הלוך ילך פון דעם גאנצן סיסטעם פון די קצבים וואָס די משנה אין סוף קידושין זאגט עדות אויף זיי, אַז זיי זענען שותפים פון עמלק).

מעשה א

איסור פון סאטמארער רבי'ן אין אמעריקע

אויף עופות שחוטי חוץ

ווי עס איז באוואוסט איז ארויס פון סאטמארער רבי'ן זי"ע אן איסור אויף שחוטי חוץ, און דער איסור איז געדרוקט אין ספר מלחמת השם, דארט וואו עס זענען געדרוקט געווארן אלע מיני קול קורא'ס, און מיר וועלען דאָס מעתיק זיין פאַר אייך יעצט.

להעתיק כאן

 דער רבי זי"ע האָט טאקע געגעבען אַ בריוו, אַז מען זאָל נוצן נאָר פון זיין בוטשער סטאָר, אָבער לאָמיר נאָר אריינטראכטן ווי אַזוי מען האָט פאַרנאַרט די ערליכע אידען אין סאטמארער בוטשער סטאָר.

עס איז באוואוסט אַז אין וויליאמסבורג איז דאָ אַ שחיטה וואָס הייסט נאָרט 4 מיטן הכשר פון התאחדות הרבנים, און אלע מדקדקים בכשרות האבען גענוצט נאָר פון די שחיטה, און און סאטמארער בוטשער איז נאָר אריין פון די שחיטה, ווייל דער עולם האָט דאָס פאַרלאנגט, און אויך איז דאָך געווען אן איסור אויף די אנדערע עופות פון שחוטי חוץ.

מה עשה הבעל דבר?

שוחטים שותפים אין די פלייש בענק באַקומען עמטליך אַ געהאלט פון בוטשער סטאָר, חוץ וואָס זיי זענען שותפים אין די האלסעיל ביזנעס

אַ טייל פון די מענטשן וואָס האבן זיך ארומגעדרייט לעבן רבי'ן, זיינע שטוב מענטשען וואָס האבן געהייסן געטריי פאַר'ן רבי'ן ממש במסירת נפש, זיי זענען געווען (און זענען עד היום) די בעלי בתים איבער די פלייש אינדוסטרי, סיי ביי די עופות סיי ביי די גסות, און אַזוי ווי דער רבי האָט נישט געהאט קיין קינדער לע האבען זיי צוזאַמענגערעדט פאַר'ן רבי'ן וואָס זיי האבן נאָר געוואלט, זיי האבען פאַרציילט פאַרן רבין מעשיות וואָס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. אַי, וועסטו פרעגן, ווי קען דאָס זיין אַז מען זאָל איינרעדען אַ רבי'ן אַ צדיק אזעלעכע זאכן? ער האָט דאָך געהאט אָפן רוח הקודש, און האָט דאָך געזען אלעס?

דער תירוץ איז פּשוט. נישט אלעס איז מען מגלה פאַרן צדיק, און מען קען אַ צדיק פאַרנאַרן. שטעלט אייך פאָר אַז דער סאטמאַרער רבי אליין האָט געזאגט אויפן בעלזער רבי'ן זי"ע אַז מען האָט דעם בעלזער רבי'ן מיטן טשעבינער רב זי"ע פאַרנאַרט מיט אַן אונטערשריפט (וואָס לויטן בעלזער רבי'ן מיט רוב גדולי ישראל איז דער ענין פון בחירות גאָר אַ מצוה) וואָס לפי דעת תורה פון סאטמארער רבי'ן איז דער ענין בחירות בארץ ישראל אַן ענין פון עבודה זרה ממש, און אַ סאך ערגער ווי דער סאטמארער רבי האָט 2 מאל געזאגט אין אַ דרשה אז מען זאָל זיך ענדערש 1,000 מאל בוקן צום צלם ווי צו רעדן איין ווארט עברית, און פונדעסטוועגען דאָך, אפילו דער סאטמארער רבי אליין וואָס האָט זיך מכניע געווען פאַרן בעלזער רבין זיע, און האָט אים געהאלטן פאַר אַ מלאך אלוקים, און פונדעסטוועגען דאָך האָט דער סאטמארער רבי געהאלטען אַז מען קען אַ צדיק פאַרנאַרן.

אין אמת'ן ווערט דאָס שוין געברענגט אין די תורה הק' "אשר נשיא יחטא", און ער וועט מתיר זיין חלב, וואָס דער נשיא איז יענע צייטען מן הסתם געווען גענוג גרויס, און פונדעסטוועגען דאָך האָט געקענט פּאַסירן אַז ער האָא געהייסן עסן חֵלֶב, אָבער עס איז געווען בשוגג (מען דארף נאָך אנצייכענען ראיות וועגן פאַרנאַרן אַ צדיק, ווי יעקב אבינו מיט יוסף , מגלה עמוקות וכו').

וויינשטאָק האָט געגעבען פאַר'ן רבינ'ס שטוב יעדע פּאָר וואָכן עטליכע הונדערט עופות בחנם וואָס מען האָט גע'שחט'ן [אין הארטפארט, קאנעטיקעט ביי כשר בעסט פּאָלטרי] פון 1,000 ביז 1,500 עופות אַ שעה איין שוחט, עטליכע שוחטים האבען גע'שחט'ן 500 ביז 600 אַ שעה.

איך בין דארט געווען בשעת מעשה ומעשה שהיה כך היה:

ספעציעלע עופות פאַר די סאטמארער רביצין פאַר איר שטוב וואָס איז געווען אַ ריזיגער הכנסת אורחים שטוב, כידוע.

די שחיטה אין ווילאמענטיג לעבן הארטפאָרד קאנטיקעט, איז געווען יעדן מיטוואָך פון 6:30 ביז 11:30 מיטאג צייט. איינמאל, אין 11:15 אַזייגער, אינמיטן די שחיטה, הער איך פון אַ שוחט פון די בני בית פון רבי'ן שרייט, נעמט אַרויס אַ פרישן חליף, מ'גייט שחט'ן פאַר די סאַטמאַרער רעביצין, און און מען האָט ארויפגעלייגט אַ פּאַפּיר אויף די פאָרנדיגע קייט (טשעין-ליין). דאָס איז געווען אַ סימן אַז פון דאָ וועלן באַלאַנגען די אלע עופות פאַר די סאַטמאַרער רביצין.

איך האב מיך פאָרגעשטעלט אז די שוחטים וואָס שחט'ן פון 1,000 ביז 1,500 עופות אַ שעה און פליקן נישט קיין פעדערען, און שחט'ן מיט איין דרסא, און אן אנדערער מיט איין הובאה, און מיט א הגרמה א.ד.ג. וועלען פאַר די רביצין אוודאי שחט'ן גאנץ אנדערש, מיט מער יראת שמים און מער אכטונג געבן אויף הגרמות א.ד.ג. אָבער איך געב אַ קוק און עס ווערט מיר שווארץ פאַר די אויגען, מען שחט אויף דעם זעלבן סיסטעם, גארנישט אנדערש, נאָר וואָס, מען האָט גענומען אַ פרישן חלף, און מען שחט מיט הגרמות מיט אַ דרסא, מען פליקט נישט קיין פעדערן.

יעצט, רבותי, וועט איר אביסל פארשטיין אַז ווען מען געט צו עסן פאַר די רעביצין אין שטוב אזויפיל עופות, בפרט די גרויסע הכנסת אורחים וואָס די רביצין זאָל זיין געזונט האָט איינגעפירט און פירט נאָך ווייטער אָן, און מען האָט באקומען בחנם פאַר די דינערס פון די ישיבה א.ד.ג. און מען האָט באקומען פון דעם קצב הידוע עטליכע אלפים יעדעס יאר כידוע, קען מען שוין פאַרשטיין פאַרוואָס דער קצב איז געווען מקורב ביים רבי'ן זצ"ל. דער סאטמארער רבי אליין האָט מברר געווען אַז ביי נעמען געלט פון די ציונים איז שייך כח הפּועל בנפעל, כל שכן ביים עסן ווען מען באקומט בחנם, איז אוודאי שייך כח הפּועל בנפעל, ווי די גמרא זאגט אין מסכת חולין ביי עובדי' (עייש, עיין ד"ת פ' שמיני). אויך אין מסכת גיטין דף נ"ו (?עיין מדריך הכשרות) עייש.

דער סאטמארער רבי זיע האָט אַלץ געזען פאָראויס און געהייסן אריינשרייבן אין די תקנות פון די התאחדות הרבנים אַז מען זאָל נישט געבן קיין שום השגחות, ווייל ער האָט געוואוסט אַז הכסף יטהר ממזרים, אָבער מען זעט דאָך ווי מעשה בעל דבר הצליח צו פאַרנאַרן דעם רבי'ן מיט די הכשרים פון די התאחדות אויף די שחיטה, און אויף הונדערטער הכשרים.

 ווי אַזוי און פאַרוואס האבען די שטוב מענטשן פאַרפירט דעם סאטמארער רבין זצ"ל ער זאָל מסכים זיין אַז די התאחדות הרבנים זאָל געבן הכשרים אויף הונדערטער פראדוקטען, וחֵלֶב בתוכם, וואָס דאָס איז געווען לכתחילה אַקעגען זיין רצון, און ווי אַזוי האָט דער סאטמארער רבי געהייסען פאַר'ן דעברעצינער רב, ער זאָל אויפגעבען זיין גאנצן מלחמה-פראָנט אויף כשרות איבער גאנץ אמעריקע? דער סאטמארער רבי איז דאָך געווען כל ימיו אַ געוואלדיגער קנאי אין אלע עניני היהדות, איז ווי אַזוי האָט פּאסירט אזא זאך?

דער תירוץ איז:

די שטוב מענטשן האבן דערציילט פאַר'ן רבי'ן אַז די ציונים האבן געמאכט אַ וועד הכשרות, בראש מיטן דעברעצינער רב, און זיי ווילן חרוב מאכן דאָס גאנצע אידישקייט, און עס איז נישט דאָ קיין אנדערע ברירה ווי אז די התאחדות הרבנים זאָל גרינדן אַ בית דין מיוחד לעניני כשרות, און די משרתים האָבן געוואוסט אַז ווען עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַן ענין פון ציונות איז דאָך גאָרנישט שייך, ווייל דאָס איז דאָך ערגער ווי עבודה זרה, און עס גייט דעם רבי'ן בנפשו, ממילא איז דאָס גרינדן אַ בית דין מיוחד געוואָרן אַן ענין פון הצלת הכלל.

דאָס זעלבע האָט זיך איבערגע'חזר'ט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, ווען דער וועד הכשרות איז אַרויס אַקעגן די שחיטה. זיי האָבן באַרירט די שחיטה פון די "אָ-יו", און באַשריבן דעם גאַנצן סיסטעם פון די שחיטה, אויך פון די היימישע. האָבן זיי געלאָזט רופן דעם דעברעצינער רב צום סאטמארער רבי'ן, און דער רבי האָט איהם געהייסן אויפגעבן דעם וועד הכשרות.

ווען דער דעברעצינער רב האָט געפרעגט, וואָס הייסט, מען איז דאָך מאכיל טריפות אין גאנץ אמעריקע און ווער וועט דאָס איבערנעמען, ווער וועט מלחמה האלטן קעגען זיי, ווער וועט מתקן זיין דאָס כשרות, מיר האבען אלע ערליכע רבנים וואָס ארבעטן מיט אונז, ווי פאפא רב, קאשויער רב וכו', האָט דער רבי געענטפערט אַז מען דאַרף זען מתקן צו זיין בצנעה, ווייל בפרהסיא שטערט דאָס אידישקייט אין די מלחמה קעגן ציונות. האָט דער דעברעצינער רב געזאָגט, אויב דער רבי נעמט דאָס אויף זיך, אויפן אייגענעם אחריות, געב איך אלעס אויף. און דער דעברעצינער רב האָט טאַקע אויפגעגעבן דעם וועד הכשרות. אָבער דער מדריך איז נאָך אַרויסגעקומען מיט נאָך 14 עקזעמפּלאַרן, אָבער אָן די אויפזיכט פון דעברעצינער רב און זיין נאָמען, נאָר עס איז געשטאַנען בהתייסדות פון דעברעצינער רב שליט"א.

יעצט, רבותי!!! טראכט אליין אריין ווי מען האָט געקענט דעם רבין אַזוי טוהן ווייל ער איז נישט געווען געזונט. ער האָט גאנץ גוט פאַרשטאנען וואָס מען האָט איהם געזאגט, דאָס איז אלעס נאָר געווען ווייל די שטוב מענטשן האָבען איהם איינגערעדט און געצאפּט דאס בלוט יאָרן לאַנג.

צוויי שוחטים נעמען אהיים פעטע וועידזשעס יעדע וואך פון סאטמארער בוטשער סטאָר

עס איז באוואוסט אַז דער היינטיגער סאטמארער רבי, בשעת ער האָט איבערגענומען זיין מלוכה, האָט ער נאכגעקוקט אלע ביכער וכו', ביז ער איז אנגעקומען צום סאטמארער בוטשער סטאָר, האָט ער געזען אז צוויי שוחטים נעמען אהיים פעטע טשעקס יעדע וואך פון בוטשער סטאָר, יאר איין יאר אויס, און די ריזיגע הכנסות וואָס מען האָט כסדר מפרסם געווען אַז דאָס איז אויפצוהאַלטן דעם רבינ'ס מוסדות, און מען האָט פאַר דעם געדרוקט פון רבי'ן דוקא דאָרט צו קויפן, איז געווען שקר, נאָר די אַלע געלט איז געגאַנגען אין פּריוואַטע קעשענעס. האָט ער געמאַכט אַ ויצעקו, וואָס הייסט?!!! האָניג? איך וויל די האָניג פאַר מיר (און דאָס איז באַוואוסט פאַר דעם גאַנצן סאַטמאַרער עולם), אָבער דאָס אַרט מיך בכלל נישט.

 וואָס האבן געטוהן די שותפם של עמלק?

מען פאַרנאַרט אַ ציבור אידען מיט נבילות וטריפות עופות. מען טוישט די פלאמבעס אקעגען דעם רצון פון אידן יראים ושלמים וואָס ווילען נאָר עסען כשרע עופות אויף דעם סמך וואָס דער סאטמארער רבי האָט געהייסען קויפען אין זיין בוטשער סטאָר. די שטאט קראקא חזר'ט זיך איבער אין די סאטמארער בוטשער סטאָרס און אין די אנדערע היימישע געשעפטן.

אַזוי ווי איינער פון די שותפים האָט אנגעפירט מיט אַ שחיטה אין הארטפאָרד, וואו מען האָט געשאָכטען בערך 13,000 עופות יעדע וואך (אין פיר אַ האלב שעה צייט, נאָר 2 שוחטים) און עס פאַרשטייט זיך אַז די עופות פון הארטפאָרד זענען געווען כמעט דער האלבער פּרייז פון די עופות פון נאָרט 4, וואָס האבען די קצבים שותפם של עמלק געטוהן?

זיי האבן גענומען פאַרן סאטמארער בוטשער סטאָר אָט די עופות פון הארטפאָרד, און מען האָט אַראָפּגעריסן די פּלאָמבעס פון באטערער רב און ארויפגעלייגט די פּלאָמבעס פון התאחדות הרבנים (וואָס ווי אויבן דערמאנט האָט די התאחדות געגעבן אַ הכשר נאָר אויף די שחיטה אין נאָרט 4). אַזוי האָט מען געטוהן יאָרן לאנג, ביז מען האָט אַמאָל פאַרגעסען אַראָפּצונעמען די פּלאמבעס און מען האָט זיי געשיקט די עופות מיט די פּלאמבעס פון הארטפאָרד [כשר בעסט קאמפאני], און עטליכע וואָס האבען מיך געקענט האבען מיך געפרעגט וואָס איז דאָס? האב איך זיי מסביר געווען אַז אויב איר זעט איין פליגל איז צוריסן די הויט פון די פליגל, און אויף די אנדערע פליגל אַ פּלאמבע איז אַ סימן אַז דער עוף איז געשאכטן געווארן ערגעץ אנדערש, און מען האָט אראפּגענומען אט די פלאמבע, און ארויפגעלייגט אן אנדערע פּלאמבע.

איך האב זיי געהייסן מפרסם זיין די מעשה, פּונקטליך ווי אַזוי עס ארבעט, ביז דער עולם איז געוואויר געווארען פון די גאנצע מעשה, ווי אַזוי מען האָט זיי יארן לאנג פאַרנארט. ווי עס איז באוואוסט האבן געוויסע שוחטים גע'שחט'ן אין הארטפאָרד פון 1,200 און מער, אַזוי ווי עס איז דעמאלס ארויס דער באוואוסטער בריוו פון היינטיגען סאטמארער רבי'ן, מיט נאָך אַ בעל מכשיר וואָס איז היינט שוין נישט בין החיים.

וועלכער בריוו איז דער אמת'דיגער (מעיק אפּ יור מיינד!!!)

 איך מוז אייך באטאנען, ר' צבי דוד, אַז אין היינטיגן דור קענען די רבנים, בפרט די רבנים המכשירים פון סאטמאר, ארויסגעבן בריוו און מודעות, נישט נאר אפענע שקרים, נאָר אויך וואָס איין בריוו מיט'ן צווייטן זענען ממש אַ סתירה.

למשל: דער אויבנדערמאנטער בריוו, וואָס די צוויי רבנים מכשירים האָבן מתיר געווען אויף זייער אחריות צו שחט'ן 900 עופות אין איין שעה, און ער מעג שחט'ן אויב ער קען 1,200 עופות איין שוחט אין איין שעה. [אדרבה! פרעגט זיך נאָך ביי די שוחטים], און שפּעטער, מיט 10 יאָר בערך, האָט די התאחדות געשריבן אַ מודעה אין "דער איד", אַז עס איז אַרויס אַ קול רינון אז איין שוחט שעכט 1,000 ביז 1,500 עופות איין שוחט אין איין שעה, און די אַלע רבנים שרייבן אונטער אז עס איז נישט קיין מציאות בשום אופן בעולם פאַר איין שוחט צו שחט'ן מער ווי 600 עופות אין איין שעה צייט. יעצט, עולם גולם וואָס לייענט דעם "איד" טראַכט ביי זיך אַריין, אויב עס שרייבן אונטער 10 ערליכע רבנים גדולי ישראל, פאַרוואָס זאָל מען זיי נישט גלייבן?

אָבער דעם אמת קען מען דאָך זעהן לויט דעם רעפּאָרט פון די גאָווערנמענט, וואָס ווייזט פּונקטליך וויפיל עס ווערט גע'שחט'ן יעדן טאג, חודש, יאר, ווי איך האב דאָס שוין לאנג געדרוקט אין צייטונג, און אויך אין די חיבורים. אויך קענט איר פרעגן יעדן "אָ-יו" שוחט וועט ער אייך זאגן דעם אמת. אויך קענט איר פרעגן 600 גוים וואָס ארבעטן אין גרויסע שחיטה פלעצער, וועט יעדער פּשוטער גוי זאגען דעם אמת, נאָר די רבנים פאַר געלט און כבוד פירן דעם גאנצן כלל ישראל כצאן לטבח.

מעשה ב.

מען פאַרנאַרט דעם סאַטמאַרער רבי'ן אליין

דער סאטמארער רבי זי"ע האָט גערופן ביי זיך אין שטוב אַן אסיפה און מען האָט זיך געוואַשן צו אַ סעודה, מען האָט געגעבן געברוילטע טשיקן, און ביי די סעודה איז געווען דער יועץ הראשי פון סאטמארער רבי'ן, דער קיוויאשדער רבי שליט"א וואָס וואוינט היינט אין פאַרעסט הילס. (צוליב די מעשה וואָס מיר וועלן אי"ה שפּעטער שרייבן). דער קיוויאשדער רבי רירט נישט אָן די עופות. עס איז געזעסן נעבן איהם אַ רב פון די זקני הדור אַ פּוסק גדול, און פרעגט איהם, היתכן? דו עסט נישט ביים רבין אין שטוב? האָט דער קיוויאשדער געענפערט, אַז די עופות זענען דאָך שחוטי חוץ וואָס איך אליין האב אונטערגעשריבן אַן איסור דערויף, און דער רבי מיט נאָך 20 גדולי ישראל האבען דאָס גע'אסר'ט און איר ווילט איך זאָל דאָס עסן?

דער אנדערער רב האָט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן. נאָך דעם וואָס ער האָט אויך נישט געגעסן, האָט ער דערציילט פאַרן סאטמארער רבי'ן בשם אומרו אז די עופות וואָס מען האָט דאָ געגעבן איז געווען שחוטי חוץ.

דער סאטמארער רבי האָט געלאזט רופן איינעם פון די מנהלים וואָס לעבט שוין נישט היינט און האָט איהם געפרעגט, היתכן? דער מנהל האָט געשטעלט אַ פּנים ווי כאילו ער ווייסט גארנישט, און האָט געפרעגט דעם רבין פון וואו ווייסט דער רבי אַז די עופות זענען געווען די עופות, האָט דער רבי געזאגט אַז דער און דער רב האָט אים געזאגט בשם דעם קיוויאשדער רב.

דער מנהל האָט באלד אנגערופען דעם קיוויאשדער רב און האָט איהם געזאגט, היתכן? דו האסט דערציילט פאַרן רבין? האָט דער קיוויאשדער רב געפרעגט: היתכן מען האָט אריינגעברענגט שחוטי חוץ? האָט דער מנהל געענטפערט, אַז מען האָט דאָס באקומען בחנם פון די הויפּט קצבים שותפם של עמלק.

מעשה ג

ווי אַזוי האָט מען באקומען אזויפיל אָננעמערס פאַר די פלייש געשעפט?

וויינשטאק איז אריין אויפן סטאק מארקעט, אלע שוחטים און אַרבעטערס האָבן אַריינגעלייגט אַ סאַך געלט אין דעם סטאק. די שוחטים האבן געארבעט מיט אלע כוחות צו העלפן בויען די ביזנעס.

איינער פון די שוחטים האָט זיך אויפגעטוהן דאָס ער האט איינגעלייגט האלב געלט ביים גרינדן די גרויסע שחיטות, און פּונקטליך ווי אַזוי ער האָט אויפגעשטעלט די גאנצע ביזנעס. עס איז זייער ענליך צו די שטאט קראקא.

בשעת איך בין געפאָרן מיט די שוחטים צו די שחיטה האב איך געהערט אַז וויינשטאק איז אריין אין סטאק מארקעט. איך האב דעמאלט בכלל נישט פאַרשטאנען וואס דאָס מיינט, מען האָט מיר פּונקטליך מסביר געווען ווי אַזוי דאָס אַרבעט, און וויפיל עס קאסט אַ סטאַק, און די שוחטים האבן זיך פאַר מיר אויפגעטוהן וויפיל יעדער האָט איינגעקויפט פון דעם סטאק און מען האָט מיר מסביר געווען אַז עס איז אַ גרויס ענין יעדער סטאק וואָס מען קויפט, ווייל אזוי וועט זיך די ביזנעס בעסער בויען, און עס האט זיך אנגעפאנגען אַ געיעג יעדער זאָל קויפן דעם סטאק. אָן אַ שיעור אידן האבן איינגעקויפט פון דעם סטאק, און אַזוי האָט די פלייש אימפּעריע באקומען אַ ריזיגן כח. עטליכע הונדערט משפּחות וואָס האבן איינגעקויפט פון דעם סטאק, אחוץ וואָס יעדער ארבעטער האָט געמוזט קויפן פאַר א געוויסן סכום, ווען מען האָט מיר אויך געהייסן קויפן, האב איך געזאגט אַז איך לערן אין כולל, און איך שחט נאָר איין טאג א וואך און דאָס איז מיין גאנצע פּרנסה, איך האב נישט קיין איין איבריגע פרוטה.

מעשה ד

הרב באבאד זצל כאפּט אַז וויינשטאק האָט געשיקט אין זיין קעיטערינג פּלאץ טריפה'נע לעבער קנישעס.

 מעשה שהיה כך היה:

 הרב באבאד ז"ל האָט געגעבן אַ הכשר אויף אַ קעיטערינג פּלאַץ אין מאַנהעטן. איינמאל ווען ער איז געקומען באַקוקן דעם פּלאץ האָט ער געזען ווי מען האָט דעליווערט לעבער קנישעס וואָס געווענליך איז געשטאנען דערויף א נאמען פון וויינשטאק'ס ביזנעס. יעצט איז געשטאנען דערויף אַ נאמען פון אַ גויאישע קאָמפּאני. הרב באבאד פרעגט דעם גוי, פון וואו האסטו געברענגט די קנישעס? האָט דער גוי געענטפערט אז דאָס ער האָט געברענגט פון אַ געוויסע קאמפאני. הרב באבאד האָט אויסגעפונען אַז דאָס איז אַ געהעריגע גוי'אישע קאמפאני, ממש נבילות רח"ל.

הרב באבאד שליט”א האָט אנגערופן צו וויינשטאק אַז ער זאָל איהם שיקן אנדערע לעבער קנישעס, ווייל די קנישעס זענען נישט מיט אַ הכשר, ער האָט פּונקט נישט געהאט קיין אנדערע. הרב באבאד איז אריבער צום סאטמארער רבין זצ"ל און האָט איהם דערציילט די גאנצע מעשה.

דער רבי רופט עזריאל גליק און דערציילט איהם וואָס הרב באבאד האָט איהם דערציילט. ענטפערט עזריאל גליק, דער רבי ווייסט נישט? דער רבי ווייסט נישט?

דער רבי איז שוין זייער נייגעריג: וואָס ווייס איך נישט? און אַזוי האָט עזריאל אָנגעצויגן דעם רבי'ן ביז ער האָט דערציילט אַז הרב באבאד מאכט זיך יעצט אַ קאמפּאני פון לעבער קנישעס, ממילא וויל ער מפרסם זיין אַז אונזערע לעבערס זענען טריפה, כדי זיינע לעבער ביזנעס זאָל בעסער גיין. דער רבי רעגט זיך אויף, וואָס, הרב באבאד זאָל מיך וועלן אַזוי פאַרנאַרען, עס איז ממש נישט צו גלייבען? האָט זיך אנגערופען עזריאל: וואָס טוט מען נישט פאַר ביזנעס.

נאָך דעם וואָס די מעשה איז געשען, איז וועלכער רב פון די מקורבים פון התאחדות הרבנים זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, האָט זיי דער רבי דערציילט ווי הרב באבאד האָט איהם געוואלט אַזוי אויסנאַרן, אָבער עס איז אים נישט געלונגען. די אלע רבנים וואָס זענען געווען היימיש מיט הרב באבאד האָבן אים איבערדערציילט די מעשה, און הרב באבאד האָט דערציילט פאַר אלע רבנים און ידידים די מעשה, ביז עס איז באוואוסט ביי א סאך אלטע רבנים.

מעשה ה

דער סאטמארער רבי רופט צוזאמען אן אסיפה פון 70 גדולים צו אסר'ן די פּסקים פון הרה"ג ר' משה פיינשטיין זצ"ל, ווען ער איז ארויס מיט זיינע באוואוסטע היתרים וואס א סאך גדולים האבן דאָס גע'אסר'ט.

צוליב די לעבער קנישעס מיט חלב ישראל איז ר' משה געראטעוועט געווארען.

דער סאטמארער רבי האָט גערופען אן אסיפה ארויסצוקומען מיט אן איסור (כמו חרם) אַקעגן ר' משה פיינשטיין, צוליב זיינע היתרים הידועים. די הנהלת התאחדות האָט געהאט אַ כח אונטערצושרייבן פאלשע מודעות צו פאַרנאַרן דעם עולם און מתיר זיין שחיטות פון 1,000 אַ שעה, און מתיר זיין חלב ודם, וואָס ביי די באוואוסטע אסיפה פון 3 שעה איז דורך די טעיפס נתגלה געווארען קלונם ברבים, ווי מען האָט דעם סאטמארער רבי'ן מיט אלע אידן אינאיינעם פארנארט און מאכיל געווען בהמות פול מיט סירכות, און פארקויפט אלס גלאט כשר אלע יארן, ווי דער היינטיגער סאַטמאַרער רב האָט אַליין געזאָגט פאַר די רבנים אַז מען פאַרקויפט די גאַנצע שטאָט פלייש מיט סירכות און מען נאַרט זיי אָפּ אַז עס איז גלאַט, ווייל עס איז אוממעגליך צו האַקן אַזוי פיל גלאַט פלייש (זע טעיפּ הנ"ל). און דאָס זעלבע מיט חלב, ווען זיי אַליין האָבן מודה געווען ברבים פאַר 60 רבנים אַז עס איז דאָ חלב, און מען מאַכט אַ פּלאַן ווי אַזוי צו פאַרנאַרן דעם עולם. און אַזוי האָט מען געמאַכט אַ חרם אויף אַ צדיק וקדוש ווי ר' אהרן קאַצינעלבויגן שליט"א. שומו שמים!!! ממש מעשה שבתי צבי ימ"ש. פּונקט ווי ש"צ האָט פאַרנאַרט אַלע גדולי ישראל, אַזוי האָבן די התאחדות הרבנים וכת דיליה פאַרנאַרט דעם רבי'ן מיטן כלל ישראל.

דער רבי האָט געהאלטן אינמיטן די שארפע דרשה קעגן ר' משה פיינשטיין זצל. אינמיטן די דרשה קומט אריין הרב ביק און גיט אַ קלאפּ אין טיש, און זאגט, איך וויל פרעגען 3 שאלות.

1. די טריפה'נע לעבער קנישעס איז נישט אַזוי הארב? דאָס טוט נישט פאַראומרייניקען טהרת וקדושת ישראל ווען מען עסט זיך אָן מיט טריפות ממש, ווי דער רמב"ם זאגט אַז 70 טויזנט אידן זענען ארויס פון דת וועגן טריפות ונבילות.

2. די חלב ישראל האט 6 פאַרמס וואָס איינס פונעם אנדערן איז ווייט א סאך שעה'ן צייט, און אין אלע פאַרמס מעלקט מען אין די זעלבע צייט, איז ווי אַזוי קען זיין אַז איין משגיח זאָל קענען אַכטונג געבן אויף אַזוי פיל פאַרמס אויף איין מאָל אין דער זעלבער צייט. דאָס איז חלב ישראל?

און אַזוי האָט ער געפרעגט אַ דריטע פראַגע, און איז באַלד אַוועקגעגאַנגען.

דער איסור איז שוין נישט אַרויס, און ר' משה זצ"ל איז געראַטעוועט געוואָרן אַדאַנק הרב ביק.

נאָך 2 וואכן האָט דער סאטמארער רבי געלאזט רופן הרב ביק און האָט איהם געזאגט אַזוי:

1. אַז מען האָט גע'קנס'עט וויינשטאק מיט 5,000$ קנס ער זאָל געבן פאַר די ישיבה [וואָס אגב ר' ליפא פרידמאן ז"ל האָט געזאגט אַז ער האָט קיינמאָל נישט באצאלט די 5,000$ פאר די ישיבה.]

מעשה ו

דעם קיוויאשדער רבינ'ס שווער פון וויליאמסבורג הרב שפירא זצל, איז מעורר דעם סאטמארער רבין וועגען די נבילות וטריפות. דער סאטמארער רבי ווארפט אים ארוים מיט קולות וברקים

מעשה שהיה כך היה:

ביים קיוויאשדער רבין האָט געדאוונט דער סאטמארער ראש הקהל, ר' יואל קליין ע"ה. ער האָט געהאַט אַ בוטשער סטאָר, און געקויפט די פליישן ביי וויינשטאָק'ן. ויהי היום, ר' יואל דער בוטשער קומט צום קיוויאַשדער רב און דערציילט אים אַז וויינשטאָק האָט אים דעליווערט טריפה'נע פלייש אָן קיין שום פּלאָמבע. ער האָט טעלעפאָנירט צו וויינשטאָק אַז ער זאָל דאָס אים טוישן, און אַזוי איז פאָרגעקומען עטליכע מאָל.

דער קיוויאַשדער רב האָט גערופן זיין איידעם און דערציילט אים די מעשה, און זאָגט אים אַז ער וויל אַז דער איידעם זאָל מיט אים מיטקומען צום סאַטמאַרער רבי'ן. דער איידעם זאָגט אים, שווער טייערער, איך האַלט אַז דער שווער זאָל נישט גיין, ווייל דער שווער וועט מיאוס אָפּשניידן! רופט זיך אָן דער קיוויאַשדער רבי, וואָס הייסט, דו האַלטסט נישט אַז דער סאַטמאַרער רבי איז דער צדיק הדור? ווי קענסטו אפילו אַנדערש טראַכטן?

דער קיוויאַשדער רבי האָט בכבודו ובעצמו געמוזט גיין אַליין. ער קומט אַריין צום רבי'ן און דערציילט דעם רבי'ן אלעס. דער סאַטמאַרער רבי איז אויפגעשפּרונגען מיט אַ כעס, וואָס הייסט דו רעדסט אויף אונזער שחיטה? אין אייראָפּע איז נישט געווען אַזאַ שיינע שחיטה (אַזוי האָבן אים זיינע נאָענטע געטרייע ידידים שוחטים שותפים און רבנים מקורבים איינגערעדט).

רופט זיך אָן דער קיוויאַשער רב זצ"ל, רבי, וואָס שרייט איר? איר האָט דאָ דעם בוטשער, אייער ראש הקהל, ער קומט צו מיר און שרייט געוואלד, נעמט אים אהער און פרעגט אים, וואס שרייט איר?

דער רבי פאנגט אן צו שרייען: עס קען נישט זיין!

האָט זיך אָנגערופן דער קיוויאַשדער רב, אַז דער רבי זאָל וויסן אַז אַ סאַך גרויסע צדיקים פון די פריערדיגע דורות האָבן די שטוב מענטשן זיי פאַרפירט רח"ל, און דער רבי לאָזט זיך אויך פאַרנאַרן פון די שטוב מענטשן. דער רבי האָט אים ממש אַרויסגעשטופּט פון שטוב, אַרויס! אַרויס! אַרויס! אַזוי איז דער קיוויאַשדער רב אַהיימגעגאַנגען מיט אַ צובראָכן האַרץ.

ווען דער קיוויאַשדער רב איז אַהיימגעקומען, האָט אים דער איידעם געפרעגט: נו, שווער, ווי אַזוי איז געווען די אויפנאמע? האָט דער שווער אים אַלעס דערציילט. האָט זיך אָנגערופן דער איידעם, איך האָב געזאגט פאַרן שווער, אַז מיט'ן רבי'ן קען מען וועגן אַלעס רעדן נאָר נישט פון פלייש! ער איז טאַקע דער גאון און צדיק הדור, אָבער זיינע נאָענטע דערציילן אים אַלע שקרים וועגן פלייש.

מעשה ז

אַ מעשה נורא מיט ר' א' פעלבערבוים זצ"ל (וואָס פלעגט דעליווערן די סאדא פון שטוב צו שטוב) ווען ער האָט געאַרבעט ביי וויינשטאָק'ס ערשטע פלייש געשעפט, אויף 127 לי עוועניו אין וויליאַמסבורג

ר' א' פעלבערבוים ז"ל איז געווען איינגעשטעלט ביי די קאַסע פון וויינשטאָק'ס פלייש געשעפט. דער משגיח איז דאָרט געווען זיין שוואָגער דער שוחט מומחה ר' אברהם לעווי שליט"א. איינמאָל האָט אַ קאָסטאָמער פאַרלאַנגט אַ געוויסע סאָרט פלייש, און ר' א' פעלבערבוים איז אַריין אין פרידזשידער קוקן אויב עס איז דאָ דאָס שטיקל פלייש. פּלוצלונג דערזעט ער ווי עס הענגט אַ לונג פול מיט סירכות, און אַזוי ווי ער האָט גוט געקענט שחיטות מיט אַלע פּרטים, נאָך פון זיין טאַטנ'ס שטוב, האָט ער באַלד פאַרשטאַנען אַז דאָס איז פּשוט אַ טריפה'נע לונג, ווייל אַ כשר'ע וואָלט מען כאָטש אָפּגעריסן די סירכות מען זאָל דאָס נישט זען, און פון גרויס שרעק (אַז ער שטייט און נעמט געלט און פאַרקויפט טריפות פאַר אידן אויף זיין באָרד) איז ער באַלד געפאַלן אין חלשות.

דערווייל שטייען אַ גאַנצע שורה מיט מענטשן וואָס ווילן צאָלן געלט, און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל נעמען דאָס געלט!

דער משגיח, ר' אברהם לעווי, איז אַרומגעגאַנגען זוכן זיין שוואָגער, ביז ער האָט אים געטראָפן אין פרידזשידער פאַרחלש'ט!

ער דערמונטערט אים און פרעגט אים, וואָס איז געשען? ווייזט ער אים די לונג וואָס הענגט פול מיט סירכות, און זאָגט אים "דו זעסט, דאָס איז דאָך ממש אַ טריפה'נע לונג!!! אויף אונזער באָרד עסט מען נבילות וטריפות. עס האָט דאך נישט געקענט אַדורכגיין דורך אַ שוחט'ס האַנט. איך וויל אַז דו זאָלסט באַלד אַריבערקומען מיט מיר צום סאַטמאַרער רבי'ן, און ווייזן אים די לונג", און דער רבי וועט שוין וויסן וואָס צו טוהן.

זיי זענען אַריבער צום רבי'ן, און זיי האָבן איבערגעלאָזט די לונג ביים רבי'ן. דער רבי האָט געלאָזט רופן דעם רב המכשיר און האָט אים דאָס געוויזן. האָט אים דער רב המכשיר געענטפערט אַז דאָס האָט זיך מן הסתם אויפגעטוישט מיט די צעלימער שחיטה. האָט אים דער רבי געענטפערט, ווען איך זאָל דאָס וויסן אַז עס איז כאָטש גע'שחט'ן וואָלט שוין גוט געווען, אָבער איך האָב מורא אַז דאָס איז פּשוט'ע נבילות וואָס קומט אַריין אין געשעפט.

דער בעל המכשיר האָט דעם רבי'ן באַרואיגט, וד"ל (דאָס איז אויסער דעם פאַרברעכן און געמיינקייט פון גיין באַשמוצן דעם צעהלימער רב, כדי צו פאַרענטפערן זייערע עבירות.)

מעשה ח

דער לאנדסבערגער רב שטעלט זיך אויף ביי אַן אסיפה פון איבער 30 רבנים אין התאחדות הרבנים, און שרייט געוואלד אויף די היימישע שחיטה וואס רופט זיך סאַטמאַרער שחיטה

דער לאַנדסבערגער רב (שליט"א) האָט געהאַט אַ קליינע ישיבה פון 15 בחורים און האָט געלערנט מיט זיי יורה דעה הלכות טריפות, און אַזוי ווי עס איז זייער שווער צו פאַרשטיין, האָט ער ערלעדיגט מען זאָל אים לאָזן מיט די תלמידים קוקן די שחיטה, און ער איז געגאַנגען מיט די תלמידים כדי צו זען די שחיטה (וואָס רופט זיך סאַטמאַר, הגם עס האָט קיינמאָל נישט געהאַט דעם סאַטמאַרער רבינ'ס נאָמען דערויף).

 דער לאנדסבערגער רב איז געווען אַ רב נאָך אין דער אלטער היים און האָט זייער גוט געוואוסט וואָס מיינט אַ גסות שחיטה, וואָס מען דארף קוקן, ווי אַזוי מען דארף בודק זיין אַ ריאה א.ד.ג. ער איז אריינגעקומען אין שלאכט הויז און ער האָט זיך באגעגנט מיט אַ שחיטה וואָס איין שוחט שעכט 60 בהמות אַ שעה צייט, איין בודק פנים, איין בודק חוץ, איין בלאמבירער. ער האָט באלד געזען אַז דער שוחט קען נישט בודק זיין קיין חלף אין אזא שנעלקייט, ער האָט נישט קיין ישוב און אוודאי נישט קיין דעת.

די בדיקת פּנים איז גארנישט שייך צו מאכן אַזוי שנעל, בפרט ווען עס שטייט א גוי מיט אַן עלעקטרישן זעג אויפצושניידן די בהמה און טרייבט דעם שוחט, און דער שוחט דארף ציטערן אַז ער זאָל נישט אריינגיין מיט דעם זעג אין זיין קאָפּ אריין. וואו איז זיין ישוב הדעת וואָס עס פאַרלאנגט זיך צו אזא ריזיגע בדיקת פּנים, וואָס עס בלייבט אים קוים אַ פערטל מינוט אויף די גאנצע בדיקה?!

דער בודק חוץ ווייסט גארנישט וועלכע בהמה ער איז בודק, ער קוקט אויפן טאוול און מיינט אַז ער איז בודק נומער 189, וואָס דארט שטייט קורצע סימנים ווי מפ, אוע, עש, דערווייל האָט ער אַ לונג וואָס דער אמת'ער נומער איז 187, און אויף דעם לונג שטייען אנגעצייכנט אנדערע סימנים בודק צו זיין ווי אש, מכ, אמ, און עס פאַרשטייט זיך אַז ווען ער האָט נישט די ריכטיגע לונג אין זיין האנט וועט ער דאָך אוודאי נישט טרעפן וואָס ער זוכט, און אַזוי וויל טראכטן דער בודק חוץ, אַז דער בודק פּנים האָט געשריבן אין די לופט אריין, עס האָט זיך אים נאָר געדאכט אַז ער האָט דארט עפּעס געטראפן, עס איז אָבער פאלשע חלומות, און אַזוי איז ער אלעס מתיר "ויצא העגל הזה".

דער בלאמבירער קען נישט קאנטראלירן אזויפיל זאכן צו בלאמבירן, ער קען אויסמישן, שטעלן אַ כשר'ע פלאמבע אויף אַ טריפה בהמה, און אויף די כשר'ע וועט ער נישט לייגן קיין פלאמבע.

ביי אַן אָפענעם מיטינג פון התאחדות הרבנים, נישט לאַנג נאָך די מעשה, דער סאַטמאַרער רבי זי"ע איז אויך געווען ביי דעם מיטינג, יעדער רב האָט מעורר געווען וועגן חיזוק הדת ווי נאָרמאַל. שטעלט זיך פּלוצלונג אויף דער לאַנדסבערגער רב און דערציילט מיט אַ הויכן טאָן, בזה"ל:

"אַזוי ווי איך האָב נישט לאַנג געעפנט אַ ישיבה און איך לערן מיט די תלמידים חולין מיט יורה דעה, בין איך מיט די בחורים אינאיינעם געגאַנגען צו די שחיטה, און עס איז מיר שוואַרץ געוואָרן פאַר די אויגן, וואָס איך האָב געזען:

מען שעכט 60 בהמות אַ שעה, די שוחטים ווייסן נישט וואָס זיי טוען, ווי קען מען אַזוי שנעל בודק זיין אַ ריאה? זיי ווייסן נישט וועלכע לונג זיי באַקוקן, עס איז נישט מעגליך צו האַלטן חשבון. כשר'ע זייטן פלייש ווערן אויפגעטוישט מיט טריפה'נע חלקים, עס איז נישט דאָ קיין קאָנטראָל, ווי וואָס ווען, דאָס איז אַ שחיטה וואָס אונזערע ערליכע אידן עסן? דאָס איז כשרות? זאָלן די רבנים אַרויסגיין צו די שחיטה, וועלן זיי זען וואָס דאָ טוט זיך. אַדרבה, זאָל מען זען! דאָס גיט מען פאַר אידן יראים ושלמים צו עסן? עס מוז שוין אַוועקגעשטעלט ווערן אַ קאָמיטע פון רבנים, וואָס זאָלן נאָכקוקן און מתקן זיין..." (מער האָט מען אים נישט געלאָזט רעדן).

דער סאַטמאַרער רבי זי"ע איז ווייס געוואָרן ווען ער האָט געהערט די ווערטער, און האָט זיך אָנגעכאַפּט די באָרד. דער באַטערער רב איז אויפגעשטאַנען און אָנגעפאַנגען צו שרייען: "איר ווייסט וואָס טוט זיך ביי שחיטה? איר ווייסט? איר פאַרשטייט? זייט ווען זענט איר אַ מומחה אין שחיטות? מיר האָבן די שענסטע שחיטה אין די וועלט! עס איז קיינמאָל אין אייראָפּע נישט געווען אַזאַ שיינע שחיטה. אַוודאי אין אייראָפּע האָט מען נישט געזען קיין שיינע עלעקטרישע מאַשינען וואָס גייען מיט אַ ליין ("טשעין"). עס איז נאָך אַ חידוש אַז איר זאָגט נישט אַז מען שעכט טויזנט בהמות א שעה! ווי קען מען דען שעכטן מער ווי 15 א שעה? די ליין וועט זיך דאָך איבעררייסן. זינט ווען פאַרשטייסטו צו באַקוקן אַ שלאַכט-הויז, דו ווייסט בכלל נישט וואָס עס טוט זיך". און אַזוי האָט ער אים גוט אָנגעזידלט אַ פּאָר מינוט צייט.

דער מנהל שבתי מרדכי האָט געקלאַפּט אין טיש און אויסגערופן, אַז יעצט האָט מען נישט געמאַכט דעם מיטינג וועגן די שחיטה, מען וועט מאַכן אַ באַזונדערע מיטינג וועגן כשרות. דער סאטמארער רבי האָט געזאָגט אַז אין אַ פּאָר טעג אַרום וועט מען מאַכן אַ באַזונדערע מיטינג, וואָס דעמאָלט וועט מען דן זיין וועגן דעם ענין, און עס איז שטיל געוואָרן.

דער אַלטער קיוויאַשדער רב מיט זיין איידעם און נאָך עטליכע רבנים זענען אַלס פּראָטעסט באַלד אַרויס פון די אסיפה.  די צווייטע אסיפה וואָס שבתי מרדכי האָט געזאָגט אַז מען וועט מאַכען איז קיינמאָל נישט צושטאַנד געקומען.