דף קצ        PAGE 190

 

גליון "קול הסת"ם" # 190
טבת תשס"ח לפ"ק

 

ט"ו טבת תשס"ח

כמעשה השחיטה ב50 שנים האחרונות ש99 % אחוז מכל השחיטות הגדולות היה נבילות וטריפות חלב ודם - כמו כן בדיוק מתרחש בקלף לסת"ם - וראה לעיל מה שהגה"צ ר' שרגא פייוויש מנדלוביץ זועק תמרורים על מצב הדור בשחיטה בכשרות בניקור מה שהולך עם הקצבים, ועל הרבנים שמוכרים את הכלל ישראל בעד בצע כסף - ועכשיו כשתקרא את המאמר מר' שרגא פייוול מענדלאוויץ זצ"ל כל מקום שכתב כשרות תחשוב מהקלף

בעזהשי"ת

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אן ענטפער אויף אַן אַטאַקע צו איינעם פון די אנשי המחנו"ט אונטערן נאָמען פון
צבי דוד הערשקאָוויטש

אין דעם קונטרס ווערן פאַרענטפערט אַלע קשיות און סיבות פּינקטלעך ווי אַזוי די קצבים ושותפיהם האָבן פאַרפירט דעם סאַטמאַרער רבי'ן זי"ע און נאָך רבי'ס און רבנים ז"ל (שליט"א) צענדליגער יאָרן, מיט'ן גאַנצן כלל ישראל אין אַמעריקע, און פאַרוואָס אַלע רבנים גדולי ישראל האָבן געציטערט די גאַנצע צייט זיך אָנצורופן וועגן די מורא'דיגע עוולות פון די מאכילי נבילות וטריפות חלב ודם.

v

פה ברוקלין יצ"ו, תשנ"ו לפ"ק


 

קונטרס

מי יאכילנו בשר

אַן אָפענער בריוו צו

האָלמינער רב שליט"א

פון צבי דוד הערשקאָוויטש

המשך מעמוד הקודם

מעשה ט

דער קיוויאשדער רבי, הרה"צ רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין שליט"א, מיט די הסכמה פון סאַטמאַרער רבי'ן, ארבעט צו מאַכן אַ נייע אמת'ע גלאַט כשר'ע גסות שחיטה, אַלץ איז שוין פאַרטיג, מען דאַרף דינסטאג אנפאנגען שעכטן. ער פאָרט קיין מיאַמי צום רבי'ן, נאָך אַ ברכה, סאַטמאַרער רבי הייסט אָפּשטעלן.

מעשה שהיה כך היה:

אַזוי ווי דער קיוויאַשדער רב איז געווען די רעכטע האַנט און יועץ-ראשי פון סאַטמאַרער רבי'ן, דער רבי האָט נישט געטוהן קיין שום זאַך אָן אים, און דער קיוויאַשדער רבי האָט געזען וואָס עס גייט פאָר אַרום די כשרות פון די פליישן, ווי מען פאַרקויפט טריפות אויפן נאָמען פון סאַטמאַר, און הגם עס האָט געהייסן אַז וויינשטאָק גיט פאַר די ישיבה 5,000$ אַ יאָר, אָבער ווי ר' ליפא פרידמאַן ע"ה, דער מנהל הראשי פון די סאַטמאַרער קהילה, האָט אים געזאָגט אַז ער גיט דאָס אויך נישט (אויסער די אַנדערע זאַכן ווי אויבן דערמאנט וואָס ער האָט יאָ געגעבן), און די שחיטה טויג אויף כפּרות, האָט ער מחליט געווען מה לנו ולצרה הזאת, נישט קיין כשרות, נישט קיין געלט, און האָט פאָרגעשלאָגן פאַר'ן רבי'ן אַ פּלאַן אַזוי:

דער רבי ווייסט גאַנץ גוט אַז מען רעדט צוזאַמען אויף אונזער שחיטה, מען שעכט אַ סאַך, דער נאָמען גייט אויף סאַטמאַר, קיין כבוד האָט סאַטמאַר נישט דערפון, קיין געלט אויך נישט, ווי ר' ליפּא פרידמאַן האָט דאָס אים געזאָגט, איז אויב אַזוי, וואָס דאַרפן מיר פאַרזאָרגן וויינשטאָק'ן מיט פּרנסה ווען מיר האָבן גאָרנישט דערפון? מיר קענען מאַכן די שענסטע און בעסטע שחיטה אין דער וועלט מיט אַלע הידורים וואָס איז נאָר שייך, און די גאַנצע הכנסה וועט גיין צו די ישיבה. די ישיבה וועט האָבן צענדליגער טויזנטער דאָלאַר אַ יאָר, און דער רבי וועט זיך נישט דאַרפן פּלאָגן אַזוי שטאַרק צו דעקן דעם בודזשעט.

דער פּלאַן האט דעם רבי'ן זייער געפאָלן, און ער האָט געגעבן זיין פולע הסכמה דערויף.

דער קיוויאַשדער רבי איז געווען זייער אַקטיוו, און ביז אַ פּאָר חדשים האָט ער ערלעדיגט שוחטים, משגיחים, אַ בוטשער, אַ שלאַכט הויז, מיט פּלאמבעס, הכל אשר לכל וואָס עס פעלט אויס מסדר צו זיין דעם ריזן פּראָיעקט.

 אַזוי ווי עס איז אלעס פאַרטיג געווארן, איז דער קיוויאשדער רבי געפאָרן קיין מיאמי צום סאטמארער רבי'ן, איבערצוגעבן אלע פּרטים פּונקטליך ווי עס וועט ארבעטן, און וואָס ס'איז אלעס ערלעדיגט געווארן. ער קומט אָן קיין מיאמי טרעפט ער דארט עזריאל גליק, וויינשטאק, און די רביצין. זיי האָבן זיך מקדים געווען פאַר'ן קיוויאַשדער רב ביים רבי'ן, אים מבאיש ריח צו זיין און אויך גוט אונטערגעהעצט די רביצין. זיי אַלע האָבן זיך גענומען שרייען אויף אים קולות וברקים, אַז דער קיוויאַשדער רבי וויל חרוב מאַכן אונזער גאַנצע שחיטה, און וויינשטאָק גיט אַזוי פיל געלט פאַר אונז, עופות, פלייש פאַר אַלע אונזערע צדקה פּראָיעקטן, פּאַרטיס, דינערס וכו'. ווי מעג מען דאָס צולאָזן? פון וואו וועלן מיר נעמען אַזוי פיל געלט? ווער וועט אויסהאַלטן אונזערע ריזיגע פּראָיעקטן מיט די פליישן? עס קאָסט דאָך שווערע טויזנטער!!! מען טאָר דאָס בשום אופן נישט צולאָזן!!! עס איז געוואָרן ממש "חושך".

דער סאטמארער רבי האָט באלד געזאגט פאַר דעם קיוויאשדער רב אַז ער האָט נישט קיין ברירה, מען מוז אויפהערן מיט אונזער גאנצען פּלאן.

דער קיוויאשדער האָט זיך נישט געלאזט און גע'טענה'ט: אוודאי טוט וויינשטאק פאַרפירן, ער ווייסט וויפיל געלט ער מאכט, ער קויפט אפ די רעבעצין מיט די פּאָר פליישן און מיט אַ פּאָר שיינע נתינות אויף אירע צדקה פּראָיעקטן, און מיט אונזער נאמען שארט ער מיליאנען, אָבער ווען מיר וועלן האבען אַ שחיטה אליין וועלן מיר דאָך נישט דארפען אנקומען צו זיינע טובות, און וועלן האבען אַ שחיטה לשם ולתפארת.

עס האָט גארנישט געהאלפן, דער רבי האָט געהייסן אָפּשטעלן דעם פּלאַן וועגן אַ נייע שחיטה, און מען האָט עס טאַקע אָפּגעשטעלט. (אגב, דער רב המכשיר אויף די נייע שחיטה האָט געהייסן אַז עס וועט זיין מיט דעם הכשר פון סיגעטער רב).

דעם אַנדערן טאָג זענען אַרויסגעקומען אין ניו יאָרק טויזנטער מיאוסע און עקלדיגע פּאַשקווילן קעגן דעם קיוויאַשדער רב. דער קיוויאַשדער רב איז אין ניו יאָרק אַריין צום רבי'ן און אים געוויזן דעם פּאַשקוויל, און האָט געפרעגט, זו תורה וזו שכרה? נאָך דעם וואָס איך האָב זיך געפּלאָגט חדשים לאַנג אויפצושטעלן פאַר'ן רבי'ן אַ שחיטה, קומט מיר דאָס?

דער רבי האָט באלד געגעבן א באַפעל פאַרן סיגעטער רב ער זאָל אַרויסגעבן אַ צעטל פון התאחדות הרבנים זיך אָנצונעמען פאַרן קיוויאשדער רב שליט"א, און דער בריוו פון התאחדות הרבנים איז באלד ארויסגעגאנגען.

נאָך דעם ווען דער קיוויאשדער רב איז אהיים געפאָרן, האָט זיך אנגעהויבן אַ ריזיגער טעראר קעגן אים, טעלעפאנען, פייער-לעשער, אמבולאנסן, און כל מיני טעראר וואָס ס'איז נאָר מעגליך געווען האָט ער באַקומען. ער האָט נישט געהאט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, ביז ער האט געמוזט אוועקמופן קיין פאַרעסט היללס, און דאָרט האָט ער געקענט אביסל אָפּאָטעמען פון דעם מורא'דיגן טעראר.

מעשה י

דער קיוויאשדער רבי וואוינט אין קווינס. אַ בוטשער וואָס האָט אַ הכשר פון סיגעטער רב קומט צו אים און שרייט צו אים אַז מען דעליווערט אים נבילה פלייש אָן קיין שום הכשר. נאָך מער, ווען ער רופט אָן דעם האָלסעילער, זאָגט דער האָלסעילער עס איז כשר, און דרייט נישט קיין קאָפּ.

"ביקש יעקב לישב בשלוה". דער קיוויאַשדער רב האָט געמיינט אַז ער וועט קענען זיצן רואיג אין קווינס, קפץ עליו רוגזו של יוסף.

דער קיוויאשדער רבי גייט אריבער צום סאטמארער רבי'ן און דערציילט אים די מעשה ווי מיט דעם סיגעטער רב'ס הכשר ווערט פארקויפט טריפה פלייש, און דאָס אלעס איז מיט דעם נאמען פון סאַטמאַר. האָט דער סאַטמאַרער רבי געענטפערט, דו ווייסט דען נישט אַז איך האָב פון אים צו ליידן זייער אַ סאַך עגמת נפש אין אַ סאַך ענינים. וואָס קען איך טוהן? דער סאַטמאַרער רבי איז דעמאָלט געווען זייער אויפגערעגט אויפ'ן סיגעטער, ווייל ער האָט געגעבן אַ השגחה אויף "שמן" אויל וואָס די גאָלדבערגער משפּחה האָט פּראָדוצירט, און ער איז געווען אַ קאָנקורענט פון זופּניק'ס אויל קאָמפּאַני, און מיט דעם האָט זיך דער שמועס געענדיגט.

עס זענען דורכגעגאַנגען אַ פּאָר וואָכן, און דער בוטשער קומט נאָך אַמאָל צום קיוואַשדער רבי'ן און דערציילט אים, אַז מען האָט אים ווייטער דעליווערט טריפה פלייש, און ער ווייסט נישט וואָס צו טוהן, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן.

דער קיוויאַשדער רבי איז נאָך אַמאָל אַריבערגעגאַנגען צום סאַטמאַרער רבי'ן און האָט אים נאָך אַמאָל דערציילט די גאַנצע מעשה, און האָט צוגעגעבן, וויפיל איז דער שיעור מען זאָל זיך לאָזן מבזה זיין אונזער נאָמען סאַטמאַר? ווייל אָן אונז וואָלטן זיי דאָס נישט געקענט טוהן, און עס איז נישט קיין תכלית. מען מוז עפּעס טוהן דערצו!!!

האָט זיך דער סאַטמאַרער רבי אָנגערופן מיט אַ געשריי: "וואָס זאָל איך טוהן? איך קען מיך נישט שלאָגן מיט די גאַנצע וועלט!!! איך האָב נישט קיין כח, מיט יעדן איינעם קען איך מיך נישט שלאָגן!!!".

אַזוי איז דער קיוויאַשדער רבי אַהיימגעגאַנגען מיט גאָרנישט.

(עס איז ידוע אַז דער סאַטמאַרער רבי זי"ע האָט גוט געקענט זיין פּלימעניק דעם סיגעטער, נאָר ער האָט געזאָגט כמה פּעמים - בערך - "איך בין שוין צעקריגט מיט די גאַנצע וועלט זאָל איך זיך שוין מיט מיין איינעם לעבן געבליבענעם זון פון מיין ברודער אויך צעקריגן? וואָס וועט די וועלט זאָגן? מ'וועט זאָגן אַז איך מיין גאָרנישט נאָר מחלוקת און עס וועט שאַטן צו די מלחמה קעגן ציונות", ע"כ).

מעשה יא

הרב טייץ שרייט ביים סאטמערער רבין

געוואלד מען עסט טריפות, ער רעדט אויפן ראדיא!

 "כי משמש בד' לשונות",

לעבער וסוויט ברעסט משמש בששה לשונות.

הרב טייץ גייט אַריבער צום סאַטמאַרער רבי'ן און ער שרייט געוואַלד אַז די סאַטמאַרער שוחטים שעכטן איין שוחט 60 בהמות אין איין שעה אָן אַ בודק סכינים, און זענען עובר אויף די תקנת הקדמונים און מען גייט אַוועק פון דרך החתם סופר, אַז איין שוחט טאָר נישט שעכטן אַליין, ובפרט ביי אַזאַ גרויסע שחיטה פון 60 בהמות וואָס עס איז בכלל נישט מעגליך צו קענען שעכטן און בודק זיין איינער אַליין דעם חליף, און אַז מען פאַרקויפט אויף יעדע בהמה וואָס מען שעכט 5 צונגען און 5 לעבערס, און טויזנטער פונט גראשיצע (סוויט ברעסט).

הרב טייץ פון עליזאַבעט איז אַריבערגעקומען צום סאַטמאַרער רבי'ן און האָט אים דערציילט אַז אַזוי ווי ער האָט אַ שחיטה אין ניו דזשוירזי און דאָרט שעכטן אויך די סאַטמאַרער שוחטים, און ביי ראַבאַי טייצ'עס שוחטים שעכטן צוויי שוחטים אויף איין מאָל, און ביי די סאַטמאַרער שוחטים שעכטן נאָר איין שוחט 60 בהמות אין איין שעה, און אַזוי ווי דער סאַטמאַרער רבי גייט דאָך אין דרך החתם סופר, ווי אַזוי לאָזט ער דאָס צו? צווייטנס: אַז אויף יעדע בהמה וואָס מען שעכט פאַרקויפט מען 5 צונגען, 5 לעבערס און טויזנטער פונטן גראשיצע, ואין פּוצה פּה ומצפצפף.

דער סאַטמאַרער רבי לאָזט רופן עזריאל גליק און זאָגט אים, דו הערסט וואָס הרב טייץ זאָגט? רופט זיך אָן עזריאל גליק, ער רעדט אויף אונזער שחיטה? ער האָט שוחטים וואָס האַלטן נישט קיין טהרת הבית, און ער רעדט נאָך? רופט זיך אָן דער רבינאָך דעם וואָס די ווערטער פון עזריאל'ס זענען שוין ביי אים געווען 100% אמת, וואָס זאָגסטו יעצט?

האָט ראַבאַי טייץ געענטפערט, איך דערצייל אייך אַ זאַך וואָס איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן, וואָס דערציילט ער זאַכן וואָס קיינער ווייסט נישט וואָס עס טוט זיך ביי יענעם אין שטוב? זאָל ער זאָגן אויב עס שעכט איין שוחט אָדער צוויי, איז דאָס אמת אָדער נישט?

עזריאל האָט בלית ברירה מודה געווען, אַז דער סאַטמאַרער רבי האָט געהייסן מען זאָל שטעלן צוויי שוחטים צו די שחיטה (די צוויי שוחטים האָט נאָר געדויערט אַ פּאָר וואָכן). און מען איז צוריקגעגאַנגען צום אַלטן דרך, אַז מען האָט געשאָכטן מיט איין שוחט.

הרב טייץ איז דעמאָלט אַרויסגעקומען אויפן ראַדיאָ, וועגן די מעשה וואָס מען שעכט איין בהמה און מען פאַרקויפט 5 צונגען מיט לעבערס, און האָט דאָס מרמז געווען אויפן מאמר חז"ל "כי משמש בד' לשונות", ביז די פלייש חברה זענען אַרויס מיט אַ גרויסן טעראָר קעגן הרב טייץ, און ער האָט אויפגעהערט מיט זיין מלחמה קעגן די פליישן.

מעשה יב

דער סאַטמאַרער רבי שיקט דעם פריימאַנער רב, הרב ר' יושע העשל דייטש פון לאָס אַנדזשעלעס, צו די גסות שחיטה, און באַקומט אַ פּונקטליכן רעפּאָרט

דער סאַטמאַרער רבי האָט געוואָלט וויסן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, האָט ער געוואָלט שיקן אַ רב קוקן אויף די שחיטה. ער האָט געזאָגט פאַר איינעם פון זיינע נאָענטע אַז ער וויל שיקן איינעם קוקן אויף די שחיטה, האָט דער פּלוני געזאָגט פאַרן רבי'ן אַז וויינשטאָק לאָזט קיינעם נישט אַריין. ער האָט זיך בכלל נישט דערשראָקן פון צו געבן דעם רבי'ן אַזאַ מאָדנע תשובה, וויסנדיג אַז וויינשטאָק צאָלט דאָך ריזיגע געלטער. נו! ווער איז דען דער בעל הבית?

האָט דער רבי געזאָגט אַז אַזוי ווי הרב ר' יהושע העשיל דייטש וויל מאַכן אַ שחיטה אין לאָס אַנדזשעלעס, און ער וויל מאַכן פּונקט אַזוי ווי דאָ הי, ממילא וועט דער קצב הידוע שוין מסכים זיין, וכך הוה. דער פּלאַן איז אַדורך, און הרב הנ"ל איז געגאַנגען באַקוקן די שחיטה. אַזוי ווי הרב הנ"ל איז אויך געווען אַמאָל אַ שוחט, האָט ער פּינקטליך געוואוסט אַלעס וואָס עס קומט פאָר, און האָט אַלעס איבערגעגעבן פאַר'ן רבי'ן, און דער רבי האָט געהייסן מאַכן פאַרשידענע תיקונים. מען האָט טאַקע געמאַכט תיקונים, אָבער עס האָט געדויערט נאָר צוויי וואָכן.

אַ מעשה נורא מיט ר' יצחק לעווי מסאַטמאַר, מיט זיין סאַלאַמי און פלייש געשעפט

יצחק לעווי איז איינער פון די חשוב'ע אידן אין סאַטמאַרער בית המדרש, ווי עס איז באַקאַנט אַז דער סאַטמאַרער רבי זי"ע האָט גערופן זיין ווייב מיט'ן נאָמען פּעלא. זי איז געווען אַ גרויסע צדיקת, זי פלעגט צוזאַמעננעמען געלט פאַר אַלע מוסדות און געגעבן פאַר די סאַטמאַרער רביצין תליט"א, און אויך פלעגט זי ברענגען גאַנצע פּעקלעך מיט געלט פאַר'ן סאַטמאַרער רבי'ן.

ויהי היום, עס איז געווען מיט אַן ערך 26 יאָר צוריק, עס איז געווען אַן אסיפה ביים סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, און דער לאַנדסבערגער רב האָט זיך אָנגערופן אַז יצחק לעווי מאַכט סאַלאַמיס מיט אַלע פּאַסטראַמיס מיט טוירקי ראָל און ער האָט נישט קיין השגחה. ער שרייבט "למהדרין מן המהדרין", אָן קיין שום השגחה? האָט זיך אָנגערופן איינער פון די יוצאי משרתיו: "וואָס הייסט, יצחק לעווי דאַרף אַ השגחה? אַזאַ חשובער איד! ער איז נישט באַגלייבט?".

האָט דער רבי זצ"ל זיך אָנגערופן, עס איז נישט פאַראַן צו זאָגן, קיינער איז נישט באַגלייבט אָן אַ השגחה, און האָט ווייטער געזאָגט, אַז "אפילו ווען איך וואָלט געווען אַ מאַניפעקטשורער, וואָלט איך אויך נישט געווען באַגלייבט אָן אַ גוטן משגיח מיט אַ גוטן רב, ווייל איך וואָלט געטראַכט אויסצופאָפּען דעם רב מיטן משגיח אויף וואָס פאַר אַן אופן עס קען נאָר זיין, ווייל ווען איך בין אַ ביזנעסמאַן טראַכט איך אַז יעדע פּעני שפּילט ביי מיר אַ גרויסע ראָלע, ווייל פון אַ פּעני אין ביזנעס ווערט מיליאָנען, און אָן אַ משגיח האָט מען נישט קיין שום נאמנות. איר קענט נישט דעם בעל דבר, מיט געלט כאַפּט ער אַריין יעדן איינעם".

עס איז געבליבן אַז אַפילו דער יצחק לעווי דאַרף אויך האָבן אַ השגחה, אָבער ליידער למעשה איז דאָס נישט אויסגעפירט געוואָרן, און עד היום הזה האָט ער נישט קיין השגחה.

מיט אַן ערך 20 יאָר צוריק איז געשען אַ מעשה נורא. מען האָט דעם דערמאנטן יצחק לעווי איינגעשפּאַרט אין תפיסה. מען האָט געדאַרפט האָבן אַן ערך פון 150,000$ אויסלייז געלט. וואָס איז געשען? מען איז באַלד געלאָפן צום רבי'ן מיט אַ "ויצעקו", פּדיון שבויים. דעם רבי'ן האָט מען געזאָגט אַז מען האָט אים געכאַפּט מיט מייז און מען האָט אים באַשטראָפט פון די גאָווערנמענט, איז דאָך אַ רחמנות, וואָס הייסט, ארעסטירן פאַר האָבן מייז אין געשעפטן, רשעים וכו'.

דער אמת איז, האָט דער עולם געשמועסט, אַז מען האָט אים געכאַפּט - נישט די רבנים - נאָר די רעגירונג - מיט טריפה פלייש ממש!!! טייל זאָגן אַז ער האָט דאָס געקויפט פון די נאָרט אָדער פון די וועסט, דאָס גאַנצע סאַטמאַרער בית המדרש איז געגאַנגען אויף קעסל און כלים. איר קענט זיך אינטערעסירן אין סאַטמאַר, דער עולם ווייסט דערפון.

דער רבי האָט אָנגעפאַנגען אַ מבצע הצלה. אַלע עשירים האָבן אָנגעהויבן צו געבן געלט, וואָס הייסט, דער רבי האָט געהייסן! מען האט טאַקע צוזאַמענגעשטעלט אַ שיינע סומע געלט. סוף-סוף איז נתגלה געוואָרן, אַז ער האָט אַריינגעברענגט פון אויסער אַמעריקע נישט קיין כשר פלייש, און די רעגירונג האָט אים געכאַפּט.

דער קאַפּישער רב זצ"ל האָט דעמאָלט אינמיטן פאָרלערנען געזאָגט ברבים (וואָס, אגב, דער ר' יצחק לעווי פלעגט זיצן ביי זיין שיעור) וואָס הייסט ר' יצחק לוי מסאטמאר? ווייל ער רופט זיך סאַטמאַר דאַרף ער שוין נישט האָבן קיין השגחה? ווי איז דאָס געהערט געוואָרן אַזוינס אַז אַ איד זאָל פאַרקויפן אין די הונדערטער טויזנטער פונט פלייש אַ וואָך און זאָל נישט האָבן אַ השגחה? (אגב: דער ר' יצחק לעווי פלעגט אויפשטיין יעדן פאַרטאָגס אום 4 אַזייגער און האָט געלערנט אין בית המדרש).

מעשה יד

אַ מורא'דיגע מעשה פון הייליגן ר' ברוך גארליצער זצוקללה"ה, וואָס איך האָב אליין געהערט פון כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל

אין יאָר תשל"ו, איידער איך האָב אַרויסגעגעבן דעם "מדריך לכשרות" נומער 14, וואָס דאָרט האָט זיך אָנגעפאַנגען די מורא'דיגע היסטאָריע פון אַנטפּלעקן די סקאַנדאַלן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין גערעדט כמעט מיט אַלע רבנים פון התאחדות הרבנים אַז זיי זאָלן זען מתקן צו זיין די שחיטה, האָב איך געהערט אַז דער קלויזנבורגער רבי איז אַ גרויסער מומחה אין עניני שחיטה. בין איך אַריבער מיט אַ בנש"ק (וואָס איז אויך אַ מומחה אין די ענינים פון שחיטה) צום קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל.

בשעת מיר זיינען אַריינגעקומען און דער רבי פרעגט אונז וואָס איז אונזער באַגער, האָבן מיר געענטפערט אַז מיר זיינען געקומען איבערשמועסן דעם מצב הכשרות וועגן די סקאַנדאַלן וואָס קומען פאָר ביי די שחיטה.

האָט דער רבי אונז באַלד געזאָגט, אַז אויב אין שנת תשל"ו זענען נאָך דאָ צוויי יונגעלייט וואָס עס טוט זיי וויי אַז מען פיטערט דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, מעג שוין משיח קומען.

און אַזוי האָב איך אָנגעפאַנגען צו דערציילן היסטאָריעס וואָס עס טוט זיך ביי די שחיטה. מיר האָבן גערעדט וועגן כל מיני שאלות ותשובות וואָס עס האָבן זיך אָפּגעטוהן אין אַלע דורות אין מצב פון די שחיטות. דער קלויזנבורגער רבי האָט געוואוסט וועגן צענדליגער שחיטה ספרים וואָס ברענגען אַראָפּ אַלע מיני מעשיות, וואָס מיר איז דאָס מערסטע דערפון געווען באַקאַנט.

און אַזוי האָב איך דערציילט דעם רבי'ן פאַרשידענע מעשיות. ער איז מיט גאָרנישט געווען הינטערשטעליג, און האָט אונז געזאָגט, אַז ער שרייט שוין 30 יאָר אַז מען עסט זיך אָן אין אַמעריקע מיט נבילות וטריפות. אויך האָט ער צוגעלייגט אַז אין דער אַלטער היים אין קלויזנבורג פלעגט ער לויפן צו די שחיטה דריי מאָל אַ טאָג, ווייל ער האָט געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט. אויך האָט ער צוגעלייגט, אַז דער הייליגער חתם סופר פלעגט דאָס זעלבע טוהן, ווי ער שרייבט אין די תשובה (יו"ד סימן י"ח) אַז ער פלעגט גיין עטליכע מאָל אַ טאָג צו די שחיטה, און כל שכן ווי מיר דאַרפן זיין געוואָרנט, ווייל דער בעל דבר איז עלטער געוואָרן, און ער ווייסט שוין מער פּאַטענטן ווי אַזוי צו מאכיל טריפות זיין אין האָלסעיל.

דער קלויזנבורגער רבי האָט אונז געזאָגט: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין.

ומעשה שהיה כך היה:

עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן מאָניש דער שוחט. דער מאָניש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.

מאָניש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.

ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' מאניש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט מאָניש קיין בערלין.

האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.

דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט מאָניש'ן.

דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.

די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט מאָניש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' מאָניש אָנגענומען די שחיטה.

דער שוחט ר' מאניש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.

עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.

דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.

דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?

דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.

דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' מאניש דעם שוחט צום גרויסן שפּיטאָל אין יענע געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. מען האָט אויך באשטעלט פון איבעראל די בעסטע דאקטורים. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע, און די דאקטוירים האבן באלד מחליט געווען, אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.

דער שוחט ר' מאָניש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' מאניש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' מאָניש איז אַהיים געגאַנגען.

די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' מאניש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' מאניש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.

אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' מאניש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' מאָניש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:

"מאָניש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"

האָט ר' מאָניש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".

דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "מאָניש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' מאָנישן, די האַנט, און מאָניש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.

איצט האָט מאָניש ווייטער דערציילט:

"היינט, אינמיטן די נאַכט, קומט נאָך אַמאָל דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "מאָניש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".

דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "מאָניש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".

דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".

דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.

דער קלויזענבורגער רבי רופט זיך אָן: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן בייגעוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.

אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף די וועלט און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט גורם זיין צו מאכיל טריפות זיין פאַר אַ ציבור אידן?

דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.

 מעשה טו.

 אַ מורא'דיגע מעשה וואָס האָט פּאסירט אין די שטאט קראלע אין יאָר תרפּ"ח, בשעת דער סאטמארער רבי איז דארט געווען רב.

דער סאטמארער רבי גיט ארויס אַ תשובה, מען זאָל כשר'ן אלע כלים, ועוד.

עס איז געווען אין קראלע אַ איד וואָס האָט געהייסען משה בער ווידער. ער איז געווען משגיח אין די פלייש באנק (בוטשער סטאָר). פאַר'ן משגיח אליין האָט מען געשאָכטן אָן צו באַצאָלן געבעלע געלט (דאָס מיינט שחיטה געלט). [דער משה בער ווידער איז געווען אַ גרויסער ארימאן. ער האָט ל"ע געהאט נישט קיין געראטענע קינדער].

אין קראָלע איז געווען אַ איד אַ גביר אדיר, אַ וויין סוחר, ער האָט געהייסען שלעזינגער (ער האָט נישט געהאט קיין בארד, אָבער ער איז געווען אַ געוואלדיגער ירא שמים). דער שלעזינגער האָט געהאט אַ גרויסע קאָך, אַ ריזיגע הכנסת אורחים שטוב, ביי אים פלעגן עסן אַלע אורחים, און אַ סאַך בחורים פון די ישיבה, און ווער נישט?

ביי דעם עושר שלעזינגער האָט געאַרבעט אַ זוהן פון דעם משה בער ווידער אַלס משרת פאַר מרס. שלעזינגער אין שטוב (ווי אויבן דערמאנט, איז דער משה בער ווידער געווען אַ גרויסער אָרימאַן, און האָט נישט געדאַרפט באַצאָלן געבעלע געלט).

ויהי היום: מרס. שלעזינגער שיקט דאָס קינד ווידער צום שוחט מיט 20 גענז צו שעכטן פאַר איר ריזיגן הכנסת אורחים פּראָיעקט. און אַזוי ווי פאַר זיין טאַטן (וואָס איז געווען דער משגיח אין די פלייש באַנק) האָט נישט געקאָסט קיין געבעלע געלט, האָט דער זוהן ווידער געזאָגט פאַר'ן שוחט אַז די גענז זענען פאַר זיין טאַטן, ממילא האָט ער נישט געדאַרפט באַצאָלן געבעלע געלט פאַר די 20 גענז. און דאָס געבעלע געלט האָט ער גענומען פאַר זיך.

דער שוחט האָט געשאָכטן די 20 גענז, אָן געבעלע געלט, אָבער ער האָט געהאַט אַ חשש, פאַרוואָס דאַרף דער משגיח ווידער אַזוי פיל גענז אויף איין מאָל? מאַכט ער דען אַ חתונה, אָדער אַן אַנדערע שמחה?

דער שוחט לאָזט רופן דעם משגיח שלעזינגער, און פרעגט אים: האָסטו געשיקט מיט דיין זוהן שעכטן 20 גענז? דער משגיח ענטפערט אים: ניין.

עס איז געוואָרן אַ גאַנצע איבערקערעניש אין שטאָט. וואָס הייסט מען האָט גע'גנב'עט געבעלע געלט? ביז מען איז געוואויר געוואָרן אַז דער אינגל ווידער וואָס האָט געאַרבעט ביי מרס. שלעזינגער אין שטוב, האָט געברענגט צו שעכטן די 20 גענז פאַר איר שטוב, און זי האָט באַצאָלט געבעלע געלט, און דער יונגל ווידער האָט דאָס צוגע'גנב'עט.

ווען מען האָט געפרעגט מרס. שלעזינגער פאַרוואָס זי האָט געדאַרפט אַזוי פיל גענז אויף איין מאָל? האָט זי געענטפערט, וואָס הייסט זי שיקט שוין מיט איר שיקסע יאָרן לאַנג יעדע וואָך שעכטן 20 גענז פאַר איר הכנסת אורחים שטוב.

מען האָט חוקר געווען די זאַך, ווייל מען האָט יאָרן לאַנג נישט געברענגט צו שעכטן 20 גענז, ביז מען איז געוואויר געוואָרן אַז די שיקסע האָט זיך גוט צוגעקוקט צום שוחט ווי אַזוי ער שעכט, און זי פלעגט אַליין שעכטן די גענז אַלע יאָרן, און די געבעלע געלט האָט זי גענומען פאַר זיך.

דער רעש אין קראָלע איז געווען עד לב השמים. די גאַנצע שטאָט איז געגאַנגען כאָדאָראָם, ווייל ווער האָט דען נישט געגעסן אין דעם אָפענעם הכנסת אורחים הויז פון די שלעזינגערס?

דער סאַטמאַרער רבי זצ"ל האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפעל צו כשר'ן אַלע כלים, און תשובה טוהן.

פון דעמאָלט אָן האָט מען געמאַכט נייע תקנות, עס זאָלן נישט קענען פאָרקומען אַזעלכע מעשיות.

(די מעשה האָב איך געהערט פון איינעם פון די זקני הרבנים פון התאחדות הרבנים, אַ תלמיד פון סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, און האָט אויך געגעסן איין טאָג אין וואָך אין דער הכנסת אורחים שטוב).

ווי עס קוקט אויס זענען די היינטיגע מאכילי טריפות אָנגעשטאָפּט געוואָרן מיט אָט די טריפה'נע גענז יאָרן לאַנג, אַזוי ווי דער הייליגער בעלזער רב הרה"ק ר' אהרן זי"ע האָט געזאָגט בשעת די מלחמה, ווען עס זענען אָנגעקומען צו אים עטליכע צדיקים און האָבן געהאַט טענות, ווי אַזוי קען ער דאָס צוקוקן ווי מען שעכט אויס יעדן טאָג טויזנטער אידישע קינדער און ער שווייגט און טוט גאָרנישט?

האָט דער בעלזער רב זי"ע געענטפערט, אַז עס איז ידוע אַז היטלער ימ"ש איז דאָך מזרע עמלק ימ"ש, וואָס איז געבוירן געוואָרן פון די טריפה'נע שוחטים פון דייטשלאַנד, ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע האָט שוין מעיד געווען אין זיין ספר שאלות ותשובות דברי חיים (יורה דעה סימן ז') אַז די פינף גרויסע שטעט אין דייטשלאַנד וואו עס האָבן זיך אויסגעשמד'ט דריי און אַ האַלב מיליאָן אידן, איז עס געווען צוליב די שוחטים קלים, און פון זייער פלייש וואָס זיי האָבן מאכיל טריפות געווען, איז געבוירן דער עמלק (היטלער) ימ"ש, און עס שטייט ביי משה רבינו ווען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט עמלק, שטייט "וידי משה כבדים ויקחו אבן וישימו תחתיו ואהרן וחור תמכו בידיו". זעט מען דאָך אַז מלחמה צו האַלטן מיט עמלק'ן האָט אפילו משה רבינו אויך געדאַרפט האָבן נאָך צוויי מיט זיך.

האָט דער בעלזער רב געזאָגט ווייטער: "ווי נעמט מען נאָך צוויי גדולים מען זאָל קענען מלחמה האַלטן און מבטל זיין די ביטערע גזירה?".

אויך איז ידוע אַז דער הייליגער ר' נתן אַדלער זי"ע, ווען ער האָט זיך געשלאָגן מיט די שוחטים אין פראַנקפורט, (אַזוי ווי עס שטייט אין ספר שמרו משפּט פון הגה"צ ר' עקיבא יוסף שלעזינגער ז"ל אין נאָמען פון אַ צדיק פון די עשרת השבטים, וואָס איז געווען פּסח ביי זיין שווער, הגה"ק צי"ע ר' הלל קאָלאָמייער זי"ע) אַז ער האָט געוואָלט מעביר זיין די שוחטים מאכילי טריפות בסוד "על חרבך תחי'" [און ווי עס ווערט געברענגט, אז די שחיטה איז געווען אין אוישוויץ, ממש דאָרט וואו מען האָט מיט יאָרן שפּעטער נעבעך אויסגעהרג'עט 5 מיליאָן אידן רח"ל, און דאָס אַלץ האָט דער הייליגער צדיק ר' נתן אַדלער געזען ברוח קדשו, און האָט דאָס געוואָלט מבטל זיין די גזירה. זעט מען דאָך פון די מעשה וואָס די שוחטים קענען אָנמאַכן ל"ע, און ווי מיר ברענגען פריער ווי דער הייליגער בעלזער רב האָט אויך מעיד געווען אַז דער ימ"ש איז אַרויסגעקומען פון די שוחטים קלים], ואלמלא השיג כל רצונו היה בא משיח צדקינו, אך הס"מ העמיד עליו שוחטים קצבים והצריך לברוח, ותלמידו החתם סופר רץ אחריו י' פרסאות", עיי"ש נוראות.

מעשה טז

אַ מעשה נורא פון הייליגן ר' מענדעלע דעשער בעל שאלות ותשובות "שערי צדק", ווען ער האָט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר זי"ע

עס איז באַוואוסט אַז דער הייליגער ר' מענדעלע דעשער איז געווען אַ תלמיד פון הייליגן חתם סופר זי"ע.

אויך איז באַוואוסט אַז דער הייליגער ייטב לב זי"ע האָט געהאַט גרויס השתוקקות צו פאָרן לערנען ביים הייליגן חתם סופר, אָבער ער האָט נישט געקענט פאָרן אַהין לערנען, צוליב די שוואַכע שוחטים וואָס האָבן געשאָכטן אין פּרעשבורג (ווי עס איז באַוואוסט אַז דער הייליגער חתם סופר אַליין שרייבט אין אַ תשובה חתם סופר יורה דעה סימן י"ח, אַז ער פלעגט עטליכע מאָל אַ טאָג לויפן צו די שחיטה. ער האָט אַלץ געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט).

איינמאָל, ווען ר' מענדעלע דעשער האָט זיך געטראָפן מיטן הייליגן ייטב לב, האָט דער ייטב לב געפרעגט ר' מענדעלע'ן, ווי אַזוי קענסטו עסן פלייש אין פּרעשבורג? עס איז ידוע אַז די שוחטים זענען זייער שוואַכע? האָט ר' מענדעלע געענטפערט, אַז ער עסט נאָר פון די בהמה וואָס דער הייליגער חתם סופר עסט אַליין, און ער איז מאמין באמונה שלימה אַז אַפילו אויב עס איז דאָ אַ פּגימה אויף דעם חליף וואָס מען שעכט פאַרן הייליגן חתם סופר, קומט אַ מלאך און פילט אויס די פּגימה!

די תשובות פון ר' מענדעלע'ן זענען, ווי באַוואוסט, געשריבן מיט מער גדלות ווי דעם הייליגן ייטב לב'ס תשובות, ממש נישט קיין פאַרגלייך, וואָס הגם דער ייטב לב האָט געהאַט אַ מורא'דיגן קאָפּ, און לויט זיין קאָפּ האָט ער געדאַרפט שרייבן מיט אַ סך מער גדלות, אָבער דאָס האָט זיך גענומען ווייל ר' מענדעלע האָט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר, און דאָרט האָט מען באַקומען גאָר אַ שאַרפן דרך הלימוד, און ווען דער ייטב לב וואָלט געלערנט אין דער ישיבה ביים הייליגן חתם סופר וואָלטן די תשובות גאַנץ אַנדערש אויסגעזען לויט זיין גדלות פון מוח מיט'ן כח התורה וואָס דער ייטב לב האָט געהאַט.

עס איז ידוע אַז דער ייטב לב האָט געזאָגט פאַר זיין פּטירה, אַז ער האָט כל ימיו חרטה געהאַט וואָס ער האָט נישט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר. ער וואָלט גאַנץ אַנדערש געלערנט, אויב ער וואָלט געלערנט ביים הייליגן חתם סופר (די מעשה האָב איך געהערט פון הרה"צ ר' יודא'לע דעשער שליט"א, און פון נאָך תלמידים און חסידי דעש).

דער הייליגער חתם סופר איז אויך געווען רב אין דרעזניץ (וואָס איז אין מדינת מעהרען) 7 יאָר, און אויך ר' מרדכי באנעט איז דאָרט געווען רב.

עס ווערט געברענגט אין ספר זכרון למשה אַז דער הייליגער חתם סופר האָט געזאָגט אַז "די מדינות אין דייטשלאַנד זיינען אַראָפּ פון אידישן וועג, ווייל זיי האָבן געהאַט שוחטים קלים", עיין שם. אויך ברענגען מיר אין מעשה ט"ו באריכות וועגן דעם ענין, עיי"ש.

ומענין השחיטה כדאי להזכיר, שהרה"ק ר' מענדעלע מדעש זצ"ל בעהמח"ס מעגלי צדק למד אצל החתם סופר זצ"ל וגם הי' תלמיד של הישמח משה זצ"ל, וכשחזר המעגלי צדק מפרעשבורג שאלו אביו בעל מראה יחזקאל מה עשה עם אכילת בשר בשב"ק) כי הי' איזה קול שהשוחטים בפרעשבורג היו קצת אנשים קלים, ובתשובות חתם סופר מדבר הרבה אודות השוחטים הקלים, והחתם סופר כותב בעצמו שהי' הולך הרבה לבית השחיטה, לראות אודות השחיטה אם הכל מתנהל כראוי, ובודאי שבחול לא עלה כלל על דעת המראה יחזקאל שבנו יאכל בשר, רק שאלו על שבת) והשיב רבי מענדעלע, אכלתי אצל החתם סופר בעצמו, כי אני מאמין באמונה שלימה שממה שאוכל החתם סופר, אפילו אם הי' ח"ו הסכין פגום ג"כ בא מלאך למלאות וליישר הפגימות, ועל זה תמכתי יתדותי.

וכאן המקום להזכיר עוד סיפור מענין השחיטה בפרעשבורג, שהי' איש אחד שהי' חסיד של הייטב לב מסיגוט זצ"ל ושל המעגלי צדק מדעש זצ"ל, ופעם הי' לו שאלה קשה, ושאל את שני רבותיו, הן הייטב לב והן המעגלי צדק. אחר זמן אמר הייטב לב בבית המדרש להאיש, בטח שאלת גם את הרב מדעש, הגד נא לי מה היתה תשובתו לשאלתך. ואמר האיש את כל התשובה להייט"ל, פלפול ארוך ומקיף. והתאונן אח"כ הייטב לב בפני האיש, שהוא (המעגלי צדק) למד אצל החתם סופר בפרעשבורג (כנראה שהתכוון לומר דלכן עונה תשובות כאלו) אבל אנכי, לא הניח אותי זקני הישמח משה ללמוד בישיבת החת"ס מחמת השחיטה שהיתה בפרעשבורג (והיינו שלא רצה שיאכל שם בשר, ע"כ לא שלחו ללמוד בישיבת החת"ס).

חזינן מסיפור זה, דאף שהמעגלי צדק למד גם אצל הישמח משה, וידוע שכשהישמח משה לא הי' מרצה השיעורים לפני התלמידים מחמת איזה סיבה, הי' הייטב לב אומר השיעור, ונמצא מזה דלפעמים הי' יכול להזדמן שהמעגלי צדק למד גם אצל הייטב לב, מ"מ אחז כעת הייטב לב ברוב ענוותנותו שהמעגלי צדק עונה תשובות להלכה יותר טוב ממה שהוא - הייטב לב - עונה, ובענוותנותו תלה הייטב לב את הדבר בזה שלא זכה ללמוד בישיבת החתם סופר.

ידוע שבנו של המראה יחזקאל למד אצל החתם סופר בישיבת פרעשבורג, והוא היה מהבנש"ק היחידים שלמדו אז אצל החתם סופר. המראה יחזקאל שלח בנו ללמוד שם משום מעשה שהיה.

 המראה יחזקאל והחת"ס  עמדו בחליפת מכתבי תורה.  פעם אחת הי' ביניהם איזה שאלה חמורה  ושקלו וטרי בזה, אבל לא יכלו לבא אל עמק השוה, לכן החליט המראה יחזקאל שיסע להחת"ס לברר הדבר. בעת שבא לשם לא גילה שמו,  ונכנס לדבר עם החת"ס מענינים שונים עד שבאו לדבר מענין השאלה הזאת שהיה ביניהם, והוכיח המראה יחזקאל סברתו  והחת"ס הורה לו.  החת"ס לבד הכין לו סעודה, ואח"כ הכין לו המטה לישון. המראה יחזקאל ראה שהתח"ס אינו הולך לישון, והולך לכתוב דברי תורה, שאל אותו המראה יחזקאל אמאי לא מניח א"ע לישן, ואמר ששלח להמראה יחזקאל תשובה מזה השאלה, וכעת רואה שהמראה יחזקאל צודק, לכן רוצה לכתוב לו עכשיו. אמר לו המראה יחזקאל מי הוא, והחת"ס היה חלישות הדעת שלא ידע מקודם, [ואולי לא כבדו כראוי], ואז [שהרגיש המראה יחזקאל שיש לו חלישות הדעת],  אמר לו המראה יחזקאל כי הוא רוצה לשלוח בנו ללמוד אצלו, אם הוא מסכים, וענה לו בוודאי, והבטיח להחת"ס שישלח  את בנו בזמן הבא, וזה היה הפיוס בינו להחת"ס.

* * *

תשובה אויף שאלה ב'

די שאלה אליין איז גענוג א גוטער תירוץ, אז מען קען זיך גארנישט פארלאזן אויף דעם בריף א'. ווען עס וואָלט געשטאַנען אין דעם בריף פון התאחדות און פון בד"צ פון ירושלים, אַז נאָר די פלייש פון סאַטמאַר איז כשר, וואָלט מען נאָך געקענט זאָגן, אַז מען האָט מתקן געווען די שחיטה וכו'. אָבער צו געבן גלאַט אַזוי אַ הכשר אונטערשרייבען אז אין אלע 50 שטעט אין אמריקא איז שוין דער ניקור כשר און עס איז נישט דא קיין שום שאלות אפילו "היברו נעשאנעל" — "אָ-יו" — "999" וכו' אין די גאנצע מאסען שחיטה פון נאבראסקא — קאנטיג וואו איר וועט גיין אין גאנץ אמריקא און מען וועט אייך זאגן אז דאס איז מנהג אונגארין איז שוין גוט. איז אזא הכשר שוין געהערט געווארן בעולם, בפרט ווען דער סאַטמאַרער רבי זצ"ל האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר, און שרייבט אין זיינע שו"ת "דברי יואל", דאס אויף די בוטשערס אין אמעריקא קען מען זיך בכלל נישט פארלאזן. און דאס איז דער לשון:

(זעה מדריך לכשרות "דברי יואל על כשרות המאכלים שהוצאתי לאור בשנת תשמ"ד).

נו ווי קען דאס שטימען מיט דעם צעטיל, אז ער האט מתיר געווען פלייש אין גאנץ אמריקא.

זעה אויבען (מעשה יד) די מעשה מיט ר' מאניש דער שוחט,

בריף פון התאחדות חֵלב

אסיפה 3 שעה — סירכה'ס חֵלב דארט זעט איהר בפירוש ווי מען האט פארנארט דעם עולם-גולם אלע 30 יאהר מיט נישט גלאט אין א שחיטה פון 60 בהמות א שעה.

וועגן בית דין הגדול 160 אלפים — 3 וואכן.געצווינגען אז די דער מנהג פון היינטיגן סאטמארער רבי'ן צו צווינגען די רבנים אויף חתימות קעגען זייער רצון ווי באוואוסט, ולהמפורסם אין צריך ראי'.

די"ת פון התאחדות סאטמארער רבי ווארפט אפ

תשובה אויף שאלה ג'

די מכשירים און די וואס זענען מתיר נו"ט חלב ודם פאר געלט און כבוד זענען נישט קיין גדולי ישראל נאר מכשילי ישראל. אזוי ווי שבתי צבי שר"י ימש"ו האט מתיר געווען חלב ודם. און ער איז געווען מער גדול פון אלע היינטיגע, וועט ער אויך גערעכענט ווערען פאר א גדול? אפשר היינט אין די התאחדות וואלט מען איהם געצאלט 2 מיליאן א יאר פאר מתיר זיין חלב ודם.


 

הוספה מהגדה של פסח באידיש

מתורגם לאידיש

ואתא מלאך המות ושחט לשוחט. דער מראה יחזקאל האט פסח ביינאכט פארציילט פאר די קינדער, ער האט געהאט היינט א שאלה, א שוחט וואס האט אנגעפאנגען צו טרינקען צי מ'מעג עסן פון זיין שחיטה. האט ער געפרעגט די קינדער וואו קען מען טרעפן א תשובה אויף דעם אין די הגדה. האבן די קינדער נישט געענטפערט, זיי האבן געווארט אז דער טאטע זאל ענטפערן. האט דער טאטע געזאגט, ס'שטייט אין דער הגדה ואתא מלאך המות ושחט לשוחט. לכאורה איז שווער, פארוואס זאל מען שעכטן דעם שוחט, עס שטייט דאך אין דער תורה וזבחת כאשר צויתיך, און א שוחט געט צו עסן אידן זיי זאלן האבן כשר פלייש אויף שבת און יום טוב, און בכלל וויל ער זיי זאלן האבן פלייש א גאנץ יאר, און ער איז דאך מקיים א מצוה לויט געוויסע פּוסקים ווי דער חרדים און אנדערע ביי יעדן עוף אן עקסטערע מצות עשה דאורייתא פון וזבחת כאשר צויתיך, נו פארוואס קומט אים מ'זאל אים שעכטן? האט ער געענטפערט אז די מעשה איז געווען אז דער שוחט האט געשאכטן נאכדעם ווי ער האט געטרונקען ד' כוסות, און ממילא אזא שוחט דארף מען טאקע שעכטן.

ר' מענדעלע דעשער, בעהמ"ח שערי צדק, האט געלערנט ביים חתם סופר אין פרעשבורג. ער איז אויך געווען א תלמיד פון הייליגן ישמח משה, און ביים ישמח משה איז געווען דער סדר אז ער פלעגט אליין פארלערנען שיעורים, און ווען ער האט נישט פארגעלערנט האט דער ייטב לב פארגעלערנט. מעגלעך אז אמאל האט דער ייטב לב פארגעלערנט פאר רבי מענדעלע.  

ס'איז געווען א איד א חסיד וואס ער איז געווען א חסיד פון הייליגן ייטב לב און אויך פון ר' מענדעלע דעעשער. אמאל האט ער געהאט אן ערנסטע שאלה האט ער געפרעגט ביידע רבי'ס זיינע, ער האט געוואלט זען וואס ביידע וועלן אים ענטפערן. ער האט זיך געטראפן נאכדעם מיטן ייטב לב אין בית המדרש, האט אים דער ייטב לב געזאגט, מסתמא האסטו דאך געפרעגט ר' מענדעלע דעשער אויך די שאלה, האט דער חסיד געענטפערט יא, האט ער אים געפרעגט וואס איז געווען די תשובה וואס ר' מענדעלע האט געענטפערט, האט אים דער איד אראפגעלייגט די גאנצע תשובה מיטן גאנצן פלפול וואס ר' מענדעלע דעשער האט אים געענטפערט. /האט זיך אנגערופן דער ייטב לב צו דעם איד, וואס זאל איך טוהן אז מיין זיידע דער ישמח משה האט מיך נישט געלאזט לערנען אין פּרעשבורג ביים הייליגן חתם סופר, צוליב די שוחטים וואס מ'האט גערעדט אויף די גאס אז די

שוחטים זענען געווען שוואכע שוחטים?

אגב, דער חתם סופר אין די תשובות שרייבט וועגן די שוחטים קלים א סאך, און ער שרייבט אז ער האט א סאך געציטערט וועגן די שחיטה און ער פלעגט א סאך אראפלויפן

דער מראה יחזקאל האט געשיקט זיין זוהן ר' מענדעלע דעשער לערנען צום חתם סופר, צוליב א מעשה שהיה וואס איז שוין געדרוקט ביי מיר. ווען ר' מענדעלע איז אהיימגעקומען פון פרעשבורג, האט ער געפרעגט זיין זוהן וואס האסטו געטוהן וועגן פלייש שבת אין פּרעשבורג, האט ער געענטפערט אז ער האט געגעסן שבת ביים חתם סופר פון די זעלבע בהמה, און ער איז מאמין באמונה שלימה אז אפילו אויב ס'איז געווען א שוחט מיט א סכין פּגום, פּגימות אויפ'ן חלף, איז געקומען א מלאך און אויסגעפילט די פּגימות.

אויף א גאנצע וואך האט ער אים נישט געפרעגט, ווייל א גאנצע וואך האט ער נישט געגעסן קיין פלייש, אבער לכבוד שבת, וואס האט ער געטוהן לכבוד שבת? ---- תם ולא נשלם