דף פח    88 PAGE  

 גליון "קול הסת"ם" # 88
כסלו תשס"ח לפ"ק

1. זיי ווילן מיט דעם פארוואסערן אז כאילו רוב קלף קומט נישט פון גוים, און דעיס וואס מען זאגט אז עס קומט פון גוים איז שקר.

2. יעצט דוד לייב איך וויל דיר פארליינען דעם ארטיקל פון צייטונג, אין דער בלאט, וואס ס'איז א קאפי פון אן ארץ ישראל'דיגע צייטונג

3.     איך ליין אייך פאר דעם בלאט!!!!

4. דאס מיינט צו זאגען אז א פערטל מיליאן שטיקער קלף וואס עס גייט ארויף אויף א טרעילער מיט איין מאל איז גארניש?

5. אין דאס גייט שוין אן 30 יאר. אין גארניש יעדער שווייגט!!!, און אויב איינער איז מעורר סטראשעט מען איהם נאך!!!

6. דאס איז דאך געשטאנען אין צייטונג, מיט אפאר יאר צוריק, יעדער האט דאס געזהן, קיינער האט גארנישט געטוהן, אפילו איר האט אויך געשוויגען, און יעצט האבן זיך אלע אויפגעוועקט, יעדער איז קעגען נחום, וואס שרייט געוואלד!

7. די סופרים מיט די סוחרים שרייען געוואלד, מען וויל מיך הרג'ענען, אוודאי, זענען דאך גערעכט וואס זיי סטראשענען, זיי מיינען ריין ביזנעס, זיי ווילען מאכן ווייטער זייער פרנסה בדרך כבוד די מליאנען דאלאר'ן אויף אידיש בלוט.