דף פו        PAGE 86

 

גליון "קול הסת"ם" # 86
כסלו תשס"ח לפ"ק

 

תוכן מדרשת הרה"ג מוהר"ר נחום ראזנבערג יום ה' פרשת מקץ, תשס"ח לפ"ק

 

בס"ד

און יעצט די אטאמישע נייעס

1.ממש יעצט אין מיטן צוגרייטן דעם טעיפ איז אריינגעקומן א טלפון פון איינעם פון די עסקנים "וועד מחקר הסת"ם", אז איינער פון די קלף סוחרים ..... וויל יעצט אפקויפן הרב ר' דוד לייב גרינפעלד אז דוקא ער זאל שרייבן "אז דער פראבלעם פון בהמות טמאות איז בכלל נישט שייך!" ווייל ר' דוד לייב'ן וועט מען דאך גלייבן, און ממילא וועלען אלע סופרים ווייטער קענען קויפן קלף אהן א הכשר (עס פארשטייט זיך אז מען וועט דאס שרייבן דרך אגב, פארוואסערנדיג די היסטארייע.

2.קודם וויל איך זאגן אן הקדמה, אז דער פראבלעם איז, נישט די בהמות טמאות [וואס, אגב עס איז יא א פראבלעם, ווי איר וועט זעהן שפעטער].

3.אבער נישט דאס איז אונזער פראבלעם, אונזער פראבלעם איז אז די ווילן דאס פארוואסערן, די זענען נישט נאר די הויט פון א קראקעדיל, נאר זיי זענען די קראקעדיל אליין, זיי זענען די בהמות טמאות. [די דוקאמענטן פון קלף פון סוסים וחמורים מיט דעם קראקאדיל וועלען מיר שפעטער מגלה זיין אי"ה]

4.       אונזער ציל

5.אונזער גאנצער ציל איז, אז דער קלף פאבריק האט נישט קיין השגחה מיט א הכשר, וואס נישט איך פארלאנג דאס, נאר דאס פאלאנגען און שרייען די גדולי הרבנים מיט 17 יאר צוריק, וואס אפילו אליהו הנביא זאל שטיין דא, און ער זאל זאגן אז מען האט דעם איל פון די עקדה, וועט מען אויך נישט קענען ניצען, ווייל אויף עיבוד לשמה מוז זיין א הכשר.

6.מיר וועלען אייך פארליינען דעם לשון פון הסכמת מרן בעל שבט הלוי שליט"א וואס ס'איז געשריבן געווארן צום ספר מרבה חיים, מיט 17 יאר צוריק:

7.יום ועש"ק דברים חזון תשנ"א לפ"ק:

8.       הנה כבוד ידידי בן גדולים הרב הגדול המופלא באמת בנש"ק ר' יוסף חיים מונדרי שליט"א הראה לי ספרו הנפלא מעשה ידיו להתפאר חיבור שלם בדיני עיבוד עורות בזמן הזה, והמסתעף מזה דיני גויל קלף ודוכסוסטוס, שיטת הש"ס והראשונים וגדולי האחרונים בזה, דיני עיבוד לשמה והמסתעף לעור ס"ת תפילין ומזוזות, והשינוים הגדולים בין העיבוד בימי קדם לעיבוד של זמן הזה שנשתנו הדברים תכלית שינוי – כבוד המחבר ירד לעומק הדברים עמד ופרס השמלה לארכה ולרחבה וביודעים קאמינא כי יגע על מצוה גדולה דרבה ודרבים הזאת זמן זמנים טובא, ומלאכה גדולה ונפלאה עשה וראוי הוא לשבח על מסירת נפשו בזה, וזכות אבותיו מסייעתו [נכד הצה"ק ר' יוסף חיים זוננפעלד זי"ע] להוציא דברים נכונים מלבו ועטו.

9.       מה שנגלה מאד מתוך גלוי טעמי והלכות שבתורה הנ"ל שצריך עיון ובדיקה אם כל מעבדי עורות למצות הנ"ל בקיאים גם בחלק הלשמה המעכב בזה – וזה לא יתברר רק על ידי חקירה והשגחה תמידית במקומות העיבוד על ידי בתי הדינים והמורים המובהקים בישראל. עכ"ל.

10.                     איר הערט איך חזר איבער נאך אמאל, הרב בעל שבט הלוי שרייבט קלאר:

11.                      וזה לא יתברר רק על ידי חקירה והשגחה תמידית במקומות העיבוד על ידי בתי הדינים והמורים המובהקים בישראל.

12.                     ביז אהער שרייבט הרב וואזנער שליט"א אין זיין הסכמה.

13.                     [אויב ווילט איר קריגען אויפן בעל שבט הלוי, אדרבה, שרייבט אפ א תשובה, און אפילו איר זאלט יא אפשרייבן א תשובה וועט דאס האבן א פנים פונקט ווי דער בעל שבט הקהתי פון שמאי הכהן גראס].

14.       איר הערט נחום איז דער שופר פון הרב וואזנער בעל שבט הלוי שליט"א, נחום זאגט גארנישט פון זיך.