דף פא        PAGE 81

גליון "קול הסת"ם" # 81
כסלו תשס"ח לפ"ק

יעצט וויל איך פרעגן א גרויסע שאלה פון אלע רבנים און אדמורי"ם בכל מקום שהם:

1)   פארוואס האט מען נאך נישט געלייגט אין חרם די אלע סוחרים וואס נעמען נישט קיין הכשר אויף זייערע קלף פאבריקן?

2)   וויפיהל איז דער שיעור צו ווארטן?

3)   פארוואס הערט מען נישט פון אייך פונקט ווי מען האט געהערט פון 86 רבנים אין פוילין?

4)   ווייסט איר דען נישט אז אלע אומגליקען קומען בלויז וועגען דעם גרויסען מכשול?

5)   פארוואס לאזט איר רופן די אלע קלף מאכער'ס און זיי ווארענען אז אויב נעמט איר נישט קיין גיטן הכשר, וועלן מיר אייך אסר'ן און מנדה זיין!

6)   ווייסט איר דען נישט, אין וואס פאר א גרויסע סכנה מיר זענען פון אִירַאן אין די מיסעלס פון די אראבערס?

7)    ווייסט איר דען נישט, אין וואס פאר א גרויסע סכנה מיר זענען אז מען האט נישט קיין כשר'ע סת"ם?

8)   איך פארלאנג פון אלע רבנים זאלן אויסרופן ביי זיי אין זייערע שיהלען אז מען טאר נישט ניצען קיין שום קלף אן א הכשר!

9)   אויב א יוד מאכט א בר מצוה זאל יעדער איינער פרעגען אויסדריקלעך דעם בעל שמחה, אויף וועמענס קלף האט מען געשריבען די פרשיות, האט דער סופר א פעליגע קבלה, אדער אן אלטע קבלה פון 30 יאר צוריק וואס דאס איז ווייניג ווערט?

10)                     אויב דער ענטפער איז אז דער איד האט געקויפט פאר זיין קינד תפילין פון א קלף וואס האט נישט קיין הכשר, זאל קיינער נישט גיין צו זיין בר מצוה, ווייל איר האט א חלק אין מכשיל זיין א אידיש קינד מיט פסולע תפילין, ווייל כל ישראל ערבין זה לזה (ועיין בהקדמת ספר הקדוש נדחי ישראל להחפץ חיים שמעורר על זה).

11)                      אין זכות וואס מיר וועלען האבען כשר'ע תפילין ומזוזות וועלען מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א