דף עח        PAGE 78

 

גליון "קול הסת"ם" # 78
כסלו תשס"ח לפ"ק

 

איך רעד יעצט אפן צו "יאקאב", און צו די אלע אנדערע סוחרי הקלף אן א הכשר און צו די צוויי רבנים – און איך וויל יעדער זאל דאס הערן :

עטס קענטס סטראשענען ביז איבער-מארגען, איך האב פאר ענק נישט קיין מורא, עס וועט ענק גאר נישט העלפן, קיין שום יחוס בריוון וועט ענק נישט העלפן, עטס קענטס האבן ברכות פון 100 גדולי ישראל, כל זמן ענקער פאבריק האט נישט קיין הכשר מיט א משגיח תמידי, איז ענקער קלף פסול.

יעצט אינמיטן צוגרייטן דעם דרשה, האב איך באקומען עטליכע טעלעפאנען פון די רבנים אין ארץ ישראל, ווי די סוחרי הקלף סטראשען די רבנים מיט די ערגסטע טערור, אז אויב זיי וועלן זיך טרויען צו שרייבן עפעס קעגן זייער קלף, וועט מען זיי באשמוצען מיט גרויסע לאלעכר אין אלע גאסן.

א רב קאלט מיך אפ: "איך מוז אייך געבן א פולן קרעדיט – אז איין דרשה פון אייך וועגן קלף האט מער אויפגעטוהן אין איין חודש, וואס משמרת סת"ם האט געטוהן אין 30 יאהר".

און לויט ווי איך האב געהערט האבן זיך צוזאמגענומען א גאנצע גרופע רבנים און בתי דינים, וואס זיי גייען ארויסקומען אפען מיט זייערע נעמען מיט גרויסע אזהרות מיט חרמות אקעגן די סוחרי הקלף וואס האבן נישט קיין הכשר – זיי ווארטן נאר אביסל, ווייל איך האב זיי געהייסן ווארטן זעהן אויב משמרת סת"ם מיט אלע זייערע רבנים וועלן עפעס טוהן, ווייל אויב טוען זיי טאקע גארנישט, וועלן זיי עפענען א נייע משמרת סת"ם וואס וועט הייסן "משמרת-למשמרת סת"ם" – און זיי האבן שוין דערויף גרויסע נדבנים.

די גאנצע וועלט גייט חאדאראם, יעדעס קינד ווייסט שוין אז יאקאב מיט גוטמאן גלנדואר, בערלין, וכו', האבן נישט קיין הכשר אויפן קלף, במילא זענען זיי טרייפענע קלף, די קלף מאכערס האבען א קליין פלאץ אין ירושלים, אדער בני ברק, אדער אין חוץ לארץ, וואס דארט רופן זיי יעדען צו קומען זעהן, אבער אין די אנדערע פלעצער זעהט קיינער נישט ווי 90% פון זייער סחורה קומען פון אראבער און פון טשיינע און יאפאן און אזוי ווייטער.

די אויסווארפן וועלען אלעס אויף די וועלט טוהן, זיי וועלען קיינמאל נישט נעמען א השגחה, ווייל זיי קענען נישט נעמען קיין השגחה, זיי ציטערען זייער שטארק, ווייל זיי ווילען דאך באהאלטן דעם סוד פון ווי זיי סופלייען-קויפן די ריזיגע הונדערטער טויזנטער יריעות ריזיגע קוואנטומס מיט קלף, זיי האבען מורא אז אויב זיי וועלען נעמען אן השגחה מיט א משגיח תמידי וועט מען דאך זעהן, מען וועט זיי חאפען אין איין מינוט, אז זיי האבען אלע יארן געפיטערט אידישע קינדער מיט טרייפענע קלף.

על כן זענען זיי געקומען צו אן החלטה מען וועט אונטער קויפען רבנים זיי זאלען געבען שיינע בריוו אז זיי זענען ערליכע אידען שומרי תורה ומצות, [דער בריוו איז אפשר ווערט פאר א שידוך מען זאל זיך נאך וועלען מיט זיי משדך זיין [וואס אין אמת'ן וואלט מען אזעלעכע אידען געדארפט מחרים ומנדה זיין], מיר ווילען אייך קלאר מאכען אז יאקאב וועט קיינמאל נישט נעמען א גיטע השגחה, ווייל אויב נעמט ער אן השגחה וועט מען איהם חאפען מיט די מעשה ווי ער האט אלע זיינע יארן פארקויפט טרייפענע קלף, פארגעסט נישט אז אין קראקע איז געווען פינקט די זעלבע, די בוטשער'ס זענען געווען די שענסטע אידען, זיי האבען געהאט א הכשר פון הייליגען מגלה עמוקות, זיי האבען גענומען איידעמער גרויסע תלמידי חכמים, אויסגעהאלטן כוללים, אויסגעהאלטען אלע מוסדות, וכו', נישט בחינם איז דער הייליגער מגלה עמוקות פארנארט געווארן, און ער האט נישט געוואוסט די סיבה פארוואס הונדערטער קינדער מיט יונגע מענטשען שטארבען איינס נאך דעם אנדערן, דער גאנצער בית החיים איז פיל מיט יונגע מענטשען, דער הייליגער מגלה עמוקות פאסט חדשים לאנג, איז גוזר תענית אויפן ציבור, אבער עס העלפט גארנישט. [יא רבותי, אויב טראכט איר אז דאס איינציגע פלאץ ווי דער בעל דבר האט פארנארט אידן מיט טריפות איז נאר געווען אין קראקא, האט איר א גרויסען טעות, איך קען אייך אויסרעכענען הונדערטער תשובה ספרים וואס ברענגען ווי גאנצע שטעט זענען אידען נכשל געווארן מיט טרייפענע פליישן, דאס זעלבע שרייבען די אלע תשובות אויף די סופרים מיט סוחרים, מיר האפען נאך בקרוב ארומצורעדען וועגען דעם].

יא רבותי מיר האלטען היינט ביים זעלבען פאל ווי אין די שטאט קראקא, יעדען טאג פאלען יונגע מענטשען ווי פליגען, יעדען טאג עפענט מען נייע צדקה קאסעס פאר יתומים.

וואו זענען מיר?

וואו זענען אלע רבנים?

זענען טאקע אלע רבנים אזעלעכע נערנים?

ווער עסט היינט אויב דער פלעסטיק לעפל אדער גאפל, אדער דער פלעסטיג טישטעך האט נישט קיין השגחה?

מיר זענען דום!

וואו קענען מיר זיין אזעלעכע בהמות, וועלעכער מענטש אין די שטאט חעלעם וואלט מען געקענט איינרעדען אז פלעסטיק לעפלעך דארף אן השגחה אבער קלף קען מען נוצען אן א השגחה!

קיינער טראכט נישט אריין אז ישראל קדושים הם, אזויפיל צדקות אזוי פיהל תפילות, און אין קול ואין עונה, פארוואס סטאפט מען נישט פון הימעל די ביטערע גזירות, אבער יעצט איז נתגלה געווארען, אז אויב מיר לייגען נישט קיין תפילין און מיר האבען נישט קיין כשרע מזוזות, מען מאכט אויף די ספרי תורות ברכות לבטלה, מיר האבען נישט די הייליגע תורה זאל אויף אונז מגין זיין רח"ל, נאר פארקערט אז אויב מיר מאכען ברכות לבטלות איז די תורה"ק מקטרג אויף אונז.

די טרייפענע קלף מאכער'ס יאקאב, גוטמאן, גלנדואר, בערלין מעגן האבען לאנגע בערד מיט לאנגע הויזען ווייסע זאקען מיט שיינע רעזשוואלקעס, ווייסע חאלאטן, ירושלימ'ע קאפטענעס מיט ווייסע יארמולקעס, יא עשו איז אויך געגאנגען אנגעטוהן ווי א רבי. (עיין דגל מחנה אפרים)

די וועד מחקר הסת"ם האלט אין מיטן דעם ריזיגען מחקר וואס נאך דעם ווען עס וועט זיין פארטיג, וועלען די רבנים זיך שעמען אז זיי זענען נאך נישט ארויסגעקומען מיט איסורים.

 

טאטעס האבן טענות קעגן מיר!!!

הונדערטער אידען רופן מיך אן אז זייערע קינדער ווילן נישט אנטוהן די תפילין וואס זיייער טאטע האט זיי געקויפט ווען זיי זענען געוואר געווארן אז דאס קומט פון יאקאב אדער גוטמאן מיט די אנדערע טרייפענע קלף מאכער'ס, די טאטעס רופן מיך אהן אז איך בין דער גורם אז זיי מוזן קויפן נייע תפילין, איך האב זיי געענטפערט, אז איר דארפט זיך פרייען אז אייער קינד איז נאך נישט אראפ פון אידישען וועג, און ער וויל נאך האבען כשרע תפילין, וואס? אייער קינד איז דען נישט ווערט ער  זאל לייגען כשר'ע תפילין?

און איך זאג נאכאמאל פאר די אלע עלטערן מיט די אלע קונים, אז ווי לאנג מען וועט נישט רופן די סופרים מיט די סוחרים צו א דין תורה, וועט מען אייך ווייטער פארפירן אין באָד אריין – און רופטס יאקאב מיט די אלע אנדערע סוחרי הקלף וואס האבן נאך נישט קיין הכשר צו א דין תורה.

די הצלה ווי אזוי מען וועט ראטעווען די וועלט
צו האבן כשר'ע ספרי תורה

הונדערטער אידען ווילען נישט עולה זיין לספר תורה אויב זיי ווערען געוואר אז דאס קומט פון יאקאבס קלף!!!

רבותי! מיר זענען די קונים מיר צאלען טייער געלט, מיר זאלען האבען כשר'ע ספרי תורה תפילין ומזוזות, מען האט אונז גענוג די אלע יארן פארנארט, מיר וועלען זיך נישט לאזען בא'גנב'נען, געדענקט!

דאס איז אונזער איינציגער געווער.

יעדער איז מחויב, נישט נאר נישט עולה צו זיין לתורה אויף יאקאבס מיט די אנדערע טרייפענע קלף מאכערס, נאר יעדער איז מחויב מוחה צו זיין, ווען א איד איז עולה לתורה, זאל ער שרייען, אז ער מאכט א ברכה לבטלה, און מען טאר נישט ענטפערען אמן אויף די ברכות לבטלה.

דער בעל קורא וואס ליינט אין א פסול'ע ספר תורה, איז מען מחויב מוחה צו זיין..

רבותי! מען דארף זיך לאזען שרייבען נייע ספרי תורה, און מען זאל לייינען נאר אויף די כשר'ע ספרי תורה. (אפילו שמאי גראס מיט משה ברנסדורפר זאלן שרייבן 20 בריוון).

אויב איינער שריייבט א נייע ספר תורה, און מען ווייסט אז דאס איז געשריבען אויף די טרייפענע קלף אהן א הכשר, לויפט ארויס פון דעם בית המדרש, זייט מוחה, מיר וועלען אנפאנגען מאכען פראטעסטען קעגען די אלע וואס ברענגען אריין אין א בית המדרש א פסולע ספר תורה.

כלל ישראל וועט זיך מער נישט לאזען פארפירען פון יאקאב, משה פינקעלס שותף נאמבער איינס!!!

עטליכע האבען מיך גערופן היתכן פארוואס האק איך מער אויף יאקאב ווי די אנדערע קלף מאכער'ס?

דער תירוץ איז אזוי!

יאקאב איז דער וואס האט איינגערעט אלע קלף מאכערס יארן לאנג זיי זאלען נישט נעמען קיין השגחה, ווייל ער האט מורא געהאט אז אויב זיי וועלען נעמען אן השגחה וועט ער אויך מוזען נעמען א השגחה, איי וועט איר פרעגען וואס וועט געשעהן?

דער תירוץ איז אז עס איז איהם געלונגען איינצורעדען, אבער נאר ביז 6 יאר צוריק ווען עס זענען נתגלה געווארן אז עס קומט קלף פון די אראבער'ס, יאפאן, און טשיינע.

האבען עטליכע פון די ערליכע קלף מאכער אנגעפאנגען נעמען אן השגחה על אפם וחמתם פון די יאקאב'ס.

די יאקאב'ס האבען איינגערעדט פאר די סוחרים, אז אויב וועלען זיי נעמען אן השגחה וועלען די גרויסע רבנים צונעמען זייער קלף ביזנעס – איר הערט, הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל מיט להבחל"ח רבי משה שטערנבוך שליט"א, וועלן איהם אויסחאפן מיט די קלף ביזנעס.

יא זיי פארקויפן די בלאף מעשיות עד היום הזה ווי אלע סופרים קענען אייך פארציילען פארוואס יאקאב נעמט נישט קיין הכשר איז ווייל ווען הגה"צ רבי שמואל וואזנער איז געווען ביים איהם נאכקוקען און ער האט געטראפן געוויסע זאכן, האט איהם הרב וואזנער באלד אוועקגעכאפט די ביזנעס און ער האט געעפענט פאר זיין אייניקעל א ריזיגע קלף ביזנעס, די מעשה האט אזא לאנגע בארד, איך האף מיט אן אנדער געלעגנהייט צו פארציילען באריכות די פאָני בּאַלוני מעשה.

די תקנות פאר כלל ישראל מבטל צו זיין די ביטערע גזירה פון פארפלייצען דעם כלל ישראל מיט פסול'ע ספרי תורות.

1.               קיינער טאר נישט גיין צו א הכנסת ספר תורה, נאר אויב מען ווייסט אז די קלף האט א הכשר.

2.               קיינער זאל נישט גיין אריינשרייבען קיין אות אין די ספר תורה.

3.               יעדער מתפלל וועט מוחה זיין אויב מען ברענגט אריין א פסול'ע ספר תורה אין בית המדרש.

4.               מען וועט פארשעמען ברבים טאג טעגלעך, דעם שיינעם איד וואס וועט אריינברענגען די פסול'ע ספר תורה. מען וועט איהם שיקען אין קלויסטער אריין.

5.               א בית המדרש וואס מען וועט אריינברענגען די פסול'ע תורה זאלן אלע מתפללים אלס פראטעסט איבער לאזען דעם בית המדרש.

6.               מען דארף וויסען אז אויב דער רב לאזט אריין א פסול'ע ספר תורה, איז א סימן אז יאקאב אדער די אנדערע סוחרי קלף האט איהם זיכער געגעבען געלט, ווייל אויב נישט ווער וואלט דען אריינגעלאזט ספרי תורה מיט פסולע קלף, זענען מיר דען קאטוליקען ל"ע?

7.               בשעת מען מאכט אן הכנסת ספר תורה וועט מען זיך אנטוהן זעק און שרייען, איר זענט ערגער ווי די ציונים, ימח שמם וזכרם, איר ווילט מכשיל זיין אידישע קינדער מיט ברכות לבטלה! נישט יוצא זיין מיט קריאת התורה!!! ניין ניין מיר וועלען דאס נישט צולאזן. 

 

אין יעצט וועלען מיר זיך נעמען אויף דעם רב
"הרב שמאי קהת הכהן גראס" פון בעלזא! אויף שיינעם יחוס בריוון וואס ער האט געשריבען פאר יאקאב'ס טרייפענע קלף קאמפאני.

יא די בריוון וועלען אריינגיין אין די היסטאריע פון בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי, אזא חוצפה איז נאך נישט געווען מימות בריאת העולם, אבער די וועלט זאגט וואס טוט מען נישט פאר געלט!!!

איר האט זיכער באקומען גאר א שיינעם סומע געלט, דעם שיינעם ברייו וואס איר האט געשריבען, אבער איר זאלט וויסען איר זענעט געווארן א שותף צו ירבעם בן נבט:

דער יאקאב וואס איז מכשיל מיליאנען אידען מיט פסולע קלף א קיימא לן פון 60 יאר, ווערט איר פאר א פאר דאלער זיין שותף, און איר שרייבט אזעלעכע נארישע שורות, וואס עס פאסט פאר א לץ פון חעלעם!

הרב שמאי קהת הכהן גראס, מיר וועלן אביסל צונעמען אייך מיט אייער בריוו:

1.   איר שרייבט 3 מאל מפעל הקדוש, זייט ווען איז א מפעל אהן א הכשר געווארן קדוש?

2.   עס איז דא 10 מפעלים וואס האבען א הכשר, אין קיינער האט אויף זיי נישט געשריבען קדוש, קדוש קדוש - ווייל איר האט פון איהם באקומען א שיינע אפותיקי ווערט ער שוין א קדוש, זייער שיין.

3.   אזא חוצפה פון א בעלזער דיין וואס פאר דעם וואלט מען אייך געדארפט מנדה ומחרים זיין, איר שעמט זיך נישט אריינצונעמען דעם קדוש וטהור מלאך אלוקים צבקות דעם בעלזער רב זי"ע, אז על פי הוראתו איז ער מכשיל את הרבים רח"ל.

4.   נאך דערצו נעמט איר אריין דעם חזון איש זצ"ל מיט אלע אנדערע אדמורי"ם ווי סקווער מיט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל. און דעם בית ישראל מגור זצ"ל.

5.   האבן דער הייליגער בעלזער רב מיט הייליגן חזון איש זי"ע מיט אלע אנדערע צדיקים וואס איר ברענגט אויפן בריוו געהייסן סטראשענען צו הארגענען רבנים מיט סופרים.

6.   איר מאכט ווי כאלו זיי זענען שותפים אין אלע זיינע מעשים רח"ל. יא ווער ווייסט נישט אז רביה"ק מסאטמער האט יארן געליינט אין די ספר תורה פון שלום האלפערט וואס איז געווען פסול און עס איז געווען בלא יודעים, גאנץ סאטמאר האט געגעסען חלב ודם נבילות וטריפות יארן לאנג, ווייל פון צדיקים באהאלט מען אויך, זיי זעהן נאר וואס מען וויל זיי ווייזען פון הימעל.

7.   ווייטער שרייבט איר כולם בדקו און אין פוצה פה, וועל איך אייך מגלה זיין דאס דער קאשויער רב זצ"ל האט אין תשמ"ד געוואלט ארויס געבען אן איסור אויף יאקאב'ס קלף, נאר ר' אברהם לייטנער האט איהם צוגעזאגט אז ער גייט דאס שוין מתקן זיין, און ער האט איהם אויך איינגערעדט אז דאס איז מתוקן, איך וועל אייך שפעטער פארציילען די מעשה מיט ר' מאיר בראנסדארפער תשובה ספר "קנה בושם" מיט די געגאנבעט'ע הסכמה פון קאשוי רב זצ"ל צוליב די קלף, דאס איז א היסטאריע פאר זיך.

8.   איר שרייבט "ואין פוצה פה", איר זענט אזא ליגנער וואס איז בדורינו נאך נישט געבוירן געווארן אזא ליגנער, יעדער ווייסט, יעדער שרייט, אלע רבנים ברעכען זיך דעם קאפ צו מען מעג עולה זיין אויף די ספרי תורות, אידען יראים ושלימים שרייבען זיך איבער די תפילין ומזוזות, און איר האט נאך א חוצפה צו זאגען אין פוצה פה?

9.   איר שרייבט אינטערעסים שונים, וואס, מיר האבען אינטערעסן? אדער איר האט אינטרעסן ווייל איר האט באקומען פון איהם געלט, אוודאי ער מאכט עטליכע מליאן דאלער א יאר, אוודאי קען ער אייך חתונה מאכען קינדער מיט אייניקלעך, אבי ער זאל נישט האבען קיין הכשר. עס איז איהם ווערט! – דער יאקאב האט אליין געזאגט אז נאר ער מיט זיינע ברודער ארבעטען דארט, זיי מאכען אלעס אליין, יא איז דען דאס מעגליך צו קענען אליין ארויס געבען 20.000 יריעות א חודש? פון דעם קליינעם פלאץ? האסטו וועגען דעם בכלל געטראכט?

10.                     ווייטער שרייבט איר, על כן הלכתי, וכו', איר האט אליין געזען וואס עס טוט זיך דארט, איר זענט טאקע אזא אפגעריסענער נאר, אז ער זאל אריינברענגען ביי זיך בהמות טמאות, כאלו צוליב דעם זענען מיר נישט צופרידען וואס עס גייט פאר דארט אויף דעם פלאץ, דאס איז דאך שלא ממין הטענה.

11.                     אפילו אויף דעם פלאץ אליין דארף אויך זיין א הכשר, און ער איז נישט באגלייבט אן א הכשר, אבער מיר רעדען פון קלף וואס קומט פון די אראבער פון טשיינע פון יאפאן, האט איר איהם מיט זיינע קינדער נאכגעקוקט אפאר חדשים  24 שעה א מעת לעת פון ווי די זיי ברענגען אריין הונדערטער טויזנטער שטיקער קלף?, יא ר' שמאי, פון איינמאל זעהן ווערט פלוצלינג אלעס כשר למפרע ומכאן ולהבא?.

12.                     איר ווייסט טאקע נישט, אבער מיר ווייסען יא! אויב האט איר טאקע נישט קיין שכל, איר זענט טאקע אזא טיפש, אז איר פארשטייט נישט מה דקאמרי רעבעצען, מאכט אייך נישט פאר אזא שוטה! פארקויפט אונז נישט קיין לאקשען!

13.                     ווען איר זענט דארט געווען האט איר טאקע געזעהן וואס ער טוט, אבער וואס עס טוט זיך ווען איר זענט נישט דארט, האט איר נישט געשריבען, און איר חלום'ט אפילו נישט, איר האט טאקע נישט קיין שכל צו טראכטען, וואס יעדער נארמאלער מענטש טראכט און ווייסט.

14.                     איר האט די חוצפה צו זאגען אז ער טוט אלעס ווי דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געזאגט, דער שו"ע איז אייך נישט גענוג, איר מוזט ארייננעמען דעם חזון איש וואס כאילו דער הייליגער חזון איש שטייט דארט און ער גיט אכטונג אז אלעס זאל זיין פונקט ווי ער האט געהייסען! – ר' שמאי וועמען ווילט איר פארנארען???

15.                     און איר פסק'ט: ואשרי מי שיכול לקנות מקלף הנ"ל ויש לסמוך על הקלף הנ"ל בלי שום פקפוק, יא אזוי גיט איר אן השגחה, אן דעם וואס איר זענט בכלל דארט!

16.                     האט איר דען געשטעלט א משגיח ווואס זאל איהם נאך קוקן 24 שעה א מעת לעת? אזוי גיט מען ארויס א צעטל אז א מכשיל את הרבים יארן לאנג זאל זיין באגלייבט? אויב אייערע פסקים זעהן אזוי אויס זענען אלע אייערע שואלים א גרויס רחמנות.

17.                     מיר וועלען אייך פארציילען וואס הרב לנדא זצ"ל האט געטוהן?

18.                     זיינע השגחות זענען שוין געווען די בעסטע השגחות:

19.                     וויפיהל מאל האט ער געחאפט פלייש בענק מיט רעסטאראנטן וואס זענען געווען אמת'ע ערליכע אידען, וואס האבען איהם פארנארט, און ער איז אויף געווען גאנצע נעכט נאכקוקען ווי יענער ברענגט אין מיטן די נאכט אריין טרייפענע פלייש אין מיטן הייליגען שטאט בני ברק, און יענער האט געוואוסט אז אויב מען חאפט איהם איז דערנאך מיט איהם, ער פאלירט זיין גאנצע פרנסה, און פונדעסטוועגען דאך האבען זיי געטוהן וואס זיי האבען געוואלט פאר די שווערע טויזנטער דאלער וואס זיי מאכען ווען זיי פארקויפן טריפות, דער חילוק איז נאר אז הרב לנדא זצ"ל האט פון קיינעם נישט נהנה געווען, על כן האט ער געהאט סייעתא דשמיא זיי צו חאפען.

20.                     זענט איר טאקע אזא גרויסער שוטה אז איר געט א בלענק הכשר אהן קיין געלט?

21.                     קיינער וועט זיך נישט איינרעדען אז אייער צעטיל וואס איר האט געשריבען איז געווען בחינם, וואס? איר וועט זיך באגראבען בחינם?

22.                     די שאלה איז נאר וויפיל דירות מען האט אייך צו געזאגט דעפאר, אדער שוין געגעבען פאראויס?

23.                     אויב זענט איר דיין אין בעלזא, האט איר פארשעמט גאנץ קהילת בעלזא, וואס? אזא גרויסע קהילה ווי בעלז קען נישט געבען א געהעריגע השגחה אויף קלף פונקט ווי די עדה החרדית, מיט הרב משה שאול קליין, הרב משולם פאלאטשעק.

24.                     וואס? אזא שוואכע קהילה איז דאס? אז זייער נעקסטער הכשר, איז בלי השגחה, אזא פנים האבען טאקע אלע אייערע פסקים, דעמאלטס איז אך און וויי?

25.                     און איך וויל טאקע פרעגען דעם גרויסען בעלזער רבין, איך האב געהערט אז איר האט טאקע געמאכט זייער א שיינע עופות שחיטה, איז קלף נישט אזוי וויכטיג ווי די שחיטה? תפילין ומזוזות איז דען נישט גענוג וויכטיג? לויטן פרי מגדים איז עס דאך אסאך הארבער ווי שחיטה, וואס טוט איר גארנישט אויף אזא וויכטיגע זאך?

26.                     אויב איז יאקאב א בעלזער חסיד, איז טאקע א מורא'דיגע קשיא, וואס טוט איר נישט אז ער זאל האבען א געהעריגען הכשר?

27.                     איר לאזט אויס אז "הבל יפצה מי שמוציא לעז ויסכר פי דוברי שקר ושיקרא לא קאי והקולות יחדלון, וקושטא קאי וקיימא", יא, די קולות וועלען זיך נישט אפ טוהן ווייל קושטא קאי דער אמת וועט זיגען, די גרינע דאלארן וואס איר באקומט וועט אונז נישט איבער מאכען, אז מיר זאלן בלינדערהייט זיך אויף אייך פארלאזען!!! ניין און נאך אמאל ניין, עס וועט איהם נישט גארנישט העלפען, אויב קען ער טאקע נישט נעמען קיין אמת'ע השגחה וועגען די טעמים וואס מיר האבען מסביר געווען, זאל ער זיין מוחרם ומנודה לכלל ישראל, מיר וועלען זיך מער נישט לאזען פארפירען. מיר האבען שויך אסאך אינפארמאציע וועגען די סוחרי קלף, מיר ווארטן נאר מיר זאלען אלעס פונקטלעך האבען, אבער דערווייל איז גענוג שווארץ, אז ער האט נאך אלץ נישט קיין השגחה.

28.                     דו גרויסער חכם ר' שמאי, אויב מיינט איר אז אייער בריוו איז ווערט, זייט זיכער אז אפילו קיין שמעק טאבאק איז דאס אויך נישט ווערט, אפשר פאר א שידוך וועט דאס עפעס ווערט זיין, אויך נישט וועגען איייער בריוו. נאר אז ער וועט אראפ לייגען א ריזיגע אפותיקי, וועט ער טרעפן א שידוך.

29.                     איך וויל אייך פרעגען פארוואס גיט איר נישט א צעטיל פאר אלע סוחרים אז מען דארף נישט קיין השגחה, יעדער זאל נעמען פון אייך א צעטיל אז ער האט נאמנות, און טוט אלעס לויטן ברכה פון הייליגן חזון איש מיטן הייליגן בעלזער רבי'ן מיט רבינו הקדוש מסאטמאר און רביה"ק מסקווער זכותם יגן עלינו. ולהבחל"ח דער היינטיגער גרויסער בעלזער רבין שליט"א וואס האט אונטער זיך צענדליגער טויזענטער חסידים און 250 בתי מדרשים. - און פארטיג, אראפ מיט אלע הכשרים, יעדער איז באגלייבט, פונקט ווי אין סאטמאר האט מען אונטערגעשריבן מיט 10 רבנים ובתוכם רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז אלע בוטשערס אין גאנץ אמעריקא זענען כשר, יא איר קענט ווערען א סאטמארער חסיד, איר באלאנגט אהין.

30.                     יעצט וויל איך געבן א מעסידזש צו ר' שמאי גראס און איך וויל אז יעדער זאל דאס הערן אפילו די בעלזער חסידים אויך, זאלן זיי זעהן מיט וואס פארא רב זיי האבן צוטוהן:

31.                     איך וויל אייך פארשלאגען א נייע ביזנעס: אזוי ווי רביה"ק מבעלזא זי"ע האט געוואוינט אין תל אביב, ווי אלע תל–אביב'ער אידען בעקערי'ס מיט אטליז בוטשערס, פִּיתַּה – פאלאפעל, רעסטאראנטען, אלע זענען געווען נעמען א ברכה ביי כ"ק האדמו"ר הרה"ק ר' אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל, פון 60 יאר צוריק, יא, אלע זענען כשרע אידען, אלע זענען באגלייבט, אלע קענען אראפנעמען זייער הכשר.

32.                    לויט אייך דארף מען אויסמעקען דער נייער אזוי גערופענער רעיון פון א הכשר וואס איז נאר פאר א קליינע תקופה, אויב ער האט נאמנות אויף 60 יאר צוריק, איז דאך אוודאי אז אויף די נעקסטע 60 יאר איז ער אוודאי באגלייבט! – א שאד אויף די הכשר געלט!

33.                     יא ר' שמאי, וויפיל געלט האט מען אייך געמוזט אנשטאפען צו באקומען אזא גרויסע נאמנות?

34.                    יא, איר שרייבט "הקולות יחדלון", זאג איך נחום ראזענבערג פאר אייך: יא יא, "הקולות לא יחדלון", ווייל דער אמת שרייט פאר זיך, מיר וועלען זיך נישט פארקויפען פאר די גרינע דאלארן וואס איר האט באקומען!

35.                     יא ר' שמאי: די בייגעל ענד בייגעל קאמפאני באקען שוין בייגעל 120 יאר, פארוואס דארפן זיי האבען היינט א הכשר, אז אין פולין האבן גדולי ישראל געגעסן פון זייערע בייגעל, אפשר שרייבט איר זיי אויך אזא שיינעם בריוו, זיי וועלען אייך גוט באצאלן, אפשר נאך מער פון יאקאב!!!

36.                     אפילו די רבנות הראשית לישראל פארשטייט אויך אז זיי זענען נישט באגלייבט נאר צוליב דעם ווייל גדולי ישראל האבען מיט 120 יאהר צוריק געגעסען זייערע בייגעל!!!

37.                     אויב אייערע פסקים האבן אזא פנים, זאג איך שוין פאר אלע בעלזער חסידים זוכט אייך א אנדערן רב צו פרעגען שאלות, ווייל ער איז זיכער נישט באגלייבט!

38.                     נאך א שאלה וועלן מיר אייך פרעגען?

39.                     אויב איז ער טאקע קדוש, פארוואס האלט ער אפ, זיך און אנדערע סוחרי קלף, פון צו נעמען א הכשר?

40.                     פארוואס האט ער אזוי מורא פון הכשר, אז ער דארף אויפהענגען בילדער פון רבנים אין געשעפט און זיך פארלאזען בלויז אויף זייער בערד?

41.                     ר' שמאי, נחום וויל אייך פרעגן א שווערע שאלה?

42.                     ווואס דארף מען טוהן מיט אייך, אדער מיט אייער בריוו?

43.                     איך וועל אייך פארציילען די מעשה מיטן סאטמער רבין זצ"ל

44.                     רביה"ק מסאטמאר איז געפארן א מאל אין דער איסטסייד, האט ער געזעהן ווי עס הענגט א בריוו מיט א פיקטשער פון א רב אויף אבוטשער סטאר, דער רבי האט געבעטן דעם דרייווער, ער זאל זיך אפשטעלן אין קוקן ווער עס הענגט דארט?

45.                     האט ער געזעהן דעם בריוו מיט דעם פיקטשער פון דעם רב, האט זיך דער סאטמאר רבי אנגערופען אזוי: ווען דער רב וואלט געהאנגען דא אין דעם געשעפט וואלט אפשר כשר געווען, אבער אז עס הענגען נאר דער בריוו מיט זיין פיקטשער אויף דעם געשעפט, איז ביטער.

46.                     יא ווען איר וואלט דארט געהאנגען וואלט איך אויך נישט געגלייבט אויף דער עבר, אבער אז נאר אייער פיקטשער אדער אייער בריוו הענגט דארט, איר גייט נאר אויף א באזוך פון איין מאל און איר גיט שוין א כתב נאמנות, האט איר שוין פארלוירן די נאמנות.

רבותי די גזירה פון המן חזר'ט זיך יעצט איבער

1)   מיר ליינען אין מגילת אסתר (ספר אסתר פרק ז פסוק ג) וַתַּעַן אֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וַתֹּאמַר אִם מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הַמֶּלֶךְ וְאִם עַל הַמֶּלֶךְ טוֹב תִּנָּתֶן לִי נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי:

2)   (ד) כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד וְאִלּוּ לַעֲבָדִים וְלִשְׁפָחוֹת נִמְכַּרְנוּ הֶחֱרַשְׁתִּי כִּי אֵין הַצָּר שׁוֶֹה בְּנֵזֶק הַמֶּלֶךְ:

3)   (ה) וַיֹּאמֶר הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ וַיֹּאמֶר לְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה מִי הוּא זֶה וְאֵי זֶה הוּא אֲשֶׁר מְלָאוֹ לִבּוֹ לַעֲשׂוֹת כֵּן:

4)   (ו) וַתֹּאמֶר אֶסְתֵּר אִישׁ צַר וְאוֹיֵב הָמָן הָרָע הַזֶּה וְהָמָן נִבְעַת מִלִּפְנֵי הַמֶּלֶךְ וְהַמַּלְכָּה:

מיר האבן דא צו טוהן מיט המן'ס וואס ווילן פארפלייצן כלל ישראל מיט טרייפענע קלף