דף רכד        PAGE 224

גליון "קול הסת"ם - השחיטה והניקור"
# 224 - טבת תשס"ח לפ"ק

י"ז טבת תשס"ח

כמעשה השחיטה כן מעשה הקלף

ככשרות השחיטה והניקור כן כשרות הקלף והסופרים והסוחרים

  

הכשרות באומן השנה!!!

לשון קודש          עברית
 

המכשול הכי גדול של
המאה שנים האחרונים

 


 

אומן – קראקא – תשס"ז לפ"ה הבא עלינו לטובה

טראך טראך טראך!!!!

דער הימל איז שיעור איינגעפאלען, ווען 20 טויזנעט אידישע קינדער זענען פאר א יאר אונגעקומען אויף אומן, זיך משתתח זיין אויפ'ן בית החיים ביים הייליגען צדיק רבן של כל בני הגולה רבינו נחמן מברסלב זי"ע, אויפן הייליגסטן טאג ראש השנה, דער הייליגסטער טאג וואס מען וויל צוברעכען די דינים פון די מקטריגים, זענען געגאנגען די מזכי הרבים וואס האבן געארבעט ארויף צו ברענגען די 20 טויזנט אידען [אין איין טאג, וואס נישט סאטמאר, נישט חב"ד, נישט בעלז, נישט וויזניץ האבן דאס נישט געקענט באווייזען]
{עס קען אריינגיין אין:

guinness world records }
און מען האט זיי מכשיל געווען מיט בשר נבילה וטריפה ממש בלי שום פקפוקים, שומו שמים על זאת!
 

הזאת נעמי?

וואס דאס איז אויסער דעם באוואוסטן פרשה איבער'ן מכשול וואס ס'איז געווען מיט די מקוה וואס עס איז באקאנט פאר יעדען דאס דער מכשיל הרבים פון די עדה החרדית האט מכשיל געווען די אידישע קינדער מיט די נישט כשר'ע מקוה, וואס ביז היינט טובל'ן זיך די זעלבע 20 טויזנט אידן וואס מען איז מכשיל מיט בשר טריפה אין די מקוה,
און חוץ דעם אנדערן גרויסן מכשול השם ישמרינו ר"ל וואס מ'וואלט ווען קיינמאל נישט געוואלט אדרעסירן ווען נישט וואס איז ממש נעשה כמותר אוי לנו שהגיענו למצב כזה, ס'איז דא וואס פארן קיין אוקריינא נאר וועגן דעם [וד"ל] וואס ס'שטייט אין חז"ל אז אזעלכע ענינים קומען נאר וועגען זיך אנשטאפן מיט "טריפה"

דער סך הכל איז:

אז עס איז דא א התחרות (רעיס - קאנטעסט) ווער עס וועט איבער נעמען דען נאמען קראקא!!!

 ***

 

אלע אידען בעפאר זיי פארן אדער עסען אין אומן זאלן ליינען דעם ספר די שטאט קראקא, כדי זיי זאלען וויסען אז מען קען נישט גלייבען אפילו דעם גרעסטען בעל צדקה, נדבן, וכו'.



 

אזהרה ובקשה

 

די כלל איז אז ווי גרעסער די קדושה איז אלץ מער פארלייגט מען זיך מכשיל זיין:


בעטען מיר בכל לשון של בקשה כדי מיר תלמידי רבינו זאלן נישט ווערן באשמיצט אין די גאס, אז יעדער איינער וואס האט א כוח השפעה אדער ווייסט פון איינעם וואס פארט, מען זאל איהם מודיע זיין די גרויסע מכשולות וואס דארט גייט פאר אז אפילו ער קען נישט אויפטוהן זאל ער חאטשיג נישט נכשל ווערן מיט אזעלעכע הארבע עבירות אין אזא טאג ווי ראש השנה וואס מען דארף נזהר זיין אפילו אין פת עכו"ם

 

אלע חסידים זאלן שיקען די מעסיטש איינער צום צווייטן

 

תקנות וואס דארפן נתקן ווערן

א'
יעדער וואס קאכט דארט דארף א הכשר וואס זאל צושטעלן א משגיח תמידי וואס זאל מפקח זיין פון ווי די פלייש קומט, און אנדערע מכשולות מילכיג פליישיג, ועוד
ב'
יעדער וואס שטעלט צו צועסן דארף ארויסשטעלן א תעודת הכשר מיט די נאמען פונעם משגיח תמידי
ג'
ארויסשטעלן פלאקאטן פון די וויכטיקייט און די מכשולות וואס קומען ארויס פון עסן ערגעץ ווי ס'איז נישט דא א הכשר


בשם תלמידי רבינו







 

המכשול הכי גדול של
המאה שנים האחרונים



עברית

 

אומן – קראקא – תשס"ז לפ"ה הבא עלינו לטובה

טראך טראך טראך!!!!

דער הימל איז שיעור איינגעפאלען, ווען 20 טויזנעט אידישע קינדער זענען פאר א יאר אונגעקומען אויף אומן, זיך משתתח זיין אויפ'ן בית החיים ביים הייליגען צדיק רבן של כל בני הגולה רבינו נחמן מברסלב זי"ע, אויפן הייליגסטן טאג ראש השנה, דער הייליגסטער טאג וואס מען וויל צוברעכען די דינים פון די מקטריגים, זענען געגאנגען די מזכי הרבים וואס האבן געארבעט ארויף צו ברענגען די 20 טויזנט אידען [אין איין טאג, וואס נישט סאטמאר, נישט חב"ד, נישט בעלז, נישט וויזניץ האבן דאס נישט געקענט באווייזען]
{עס קען אריינגיין אין:

guinness world records }
און מען האט זיי מכשיל געווען מיט בשר נבילה וטריפה ממש בלי שום פקפוקים, שומו שמים על זאת!
 

אומן - קראקא - תשס"ז הבא עלינו לטובה


אוקרינה -




פרשת מאנסי!!!

                                                טריפה  - געיט פרשה                                                                               

קול קורא'ס  חדשות בפרשת מונסי

לעצטיגע אפדעיט פון מאנסי:

וויינלאנד הייבט אהן צו באקומען הונדערטער ארדער'ס וואס ביז יעצט האבן זיי שוין אט אט געהאלטן ביים באנקראט!
אלתר משה גאלדבערגר רעדט מיט הרב שעין פון לעיקוואד מ'קען עס מיטהאלטן אויף

2129906143 אויפ'ן קנעפל 3

די פארשונגען קומען פאר אונטער געהיימע טירן אבער דאך ווייסט מען אזוי,
1. דער רוסקי וואס האט געארבעט אין שבח איז נעלם געווארן תיכף יענעם צופרי, מען זוכט אים אין
גרויסן
2. פינקל האט אויך זייט נעכטן געמאכט פליטה, ער איז נישט צום האבן
3. רבנים האבן פרישע אינפארמאציע וועגן דעם דיסטריביוטער פון נעסאו פראוויזשענס, זיינע מעשים
זענען זייער פארדעכטיגט

די רבנים האבן אויך געהערט פול עדות וואס האבען מעיד געווען וועגן דעם פינקל שר"י, שוין איבער
זעקס יאר צוריק האט הרב שעהן פון לעיקוואד חושד געווען פינקל אז עפעס איז נישט כשורה ווייל ער
איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געהאט א שארטעדזש אין צינג, ער האט גערעדט מיט הרב
ברעסלויער און ער האט עס אוועק געמאכט,

מענטשן קומען אויך יעצט ארויס און זאגן עדות אז פינקל פלעגט פשוט באגאנבענען קאסטומערס, למשל
איין האלל האט דערציילט אז שוין לאנג צוריק האט ער געמאכט א ארדער ביי שבח, און ער האט
באקומען אין ארדער ווייניגער וויפיל ער האט באשטעלט אבער די ביל איז יא געווען פארן גאנצן
סכום, ער האט נאכגעקוקט די נעקסטע פאר ארדערס און געזען אז די זאך חאזערט זיך איבער, האט ער
פארגעהאלטן פינקל און ער האט אים מער נישט געמאנט די דיפערענץ פונעם פאלשן סכום, יענער האט
חושד געווען אז ער איז א פאפער וועם מ'קען נישט גלייבן, איז ער געגאנגען רעדן מיט הרב
ברעסלויער און ער האט געדרייט מיטן פינגער אז אפילו אויב ער האט נישט קיין נאמנות אין ממונות
איז ער להלכה נאך אלץ באגלייבט אין כשרות,

מענטשן טענהן אויך אז פינקל ליידט אויף קלעפטאמעניע, די בעל הבית פון ג. פיש סטאר דערציילט אז
ער האט אים מער ווי איינמאל געכאפט ממש גאנבענען, און ווען ער האט אים פארגעהאלטן האט ער מודה
געווען אז ער ליידט פון די קרענק, יודעי דבר זאגן אז פארדעם האט הצלחה אים אליין לעצטענס נישט
געלאזט אריין קומען אין סופערמארקעט, נאר זיינע ארבעטער פלעגן קעיר נעמען,

טייל רבנים דרוקן יא אויס פארדרוס אויף הרב ברעסלויער, הגם ער איז א ערליכער איד, אבער מיט
זיין גראדע יעקישקייט איז אויסגעקומען אזא שרעקליכער מכשול, און ווי איינער האט זיך
אויסגעדרוקט אז "כל ת"ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו", גאנץ אנפאנג ווען די מעשה האט זיך
אנגעהויבן האבן די רעאקציע פוןרב ברעסלויער און הרב זימערמאן שיעור נישט גורם געווען מען זאל
מיינען אז עס איז עפעס א בלוט בלבול פון חסידים, עס איז געווען צופיל פראגע צייכענס אויף דעם
פינקל און אין אזא צייט איז א חוב אויפן בעל המכשיר מער נאכגיין די זאך,

הרב שנעעבאלג האט מעורר געווען, אז וואלטן ווען היינטיגע בעל הביתטעס געוויסט וויאזוי א כשר'ע
טשיקען דארף אויסזען, וואלט מען גראד באמערקט אז שבח'ס טשיקענס איז טריפה ווייל ס'איז געווען
clean shaved אן קיין שום פעדערן וואס איז כמעט נישט מעגליך ביי כשר'ע טשיקען,

פון אקאונטינג וואס מען האט נאכגעפארשט שטעלט זיך ארויס אז אין 2005 האט שבח פארקויפט פלייש
אין ווערט פון איבער 500 אלפים, אבער מען האט נאר א קלארע חשבון (bills invoices) אויף בערך
230 טויזענט $$

די אויספארשונג גייט אן אין גרויסן צוזאמען מיט די סטעיט אינוועסטיגעשאן,
מענטשן קענען נישט צו זיך קומען פונעם שרעקליכען חורבן, מען ווייסט נישטאמאל וויאזוי מען קען
תשובה טון אויף אכילת נבילות וטריפות, שומו שמים!



צבי,
עס טוט זייער וויי צו זעהן ווי דער וואס האט דיך מכשיל געווען מיט מאכלות אסורות, איז גאר א ראש הקהל, און דער בעל תפלה ימים נוראים, און בעל קורא, און ער האט נאך אפילו געליינט דעם פארגאנענעם שבת, ווען זייער אסאך יודען האבען נישט געהאט און מויל צונעמען ווייל ער האט זיי בשאט נפש פארטרפה'ט דעם קאך, אדער ווייל זיי זענען געוואר געווארען אז זיי האבען נאר נבילה און שטוב.
*
צבי

צוריק געשמועסט

בעל גאאוה איז גערעכט,

שטעל דיך פאהר ווען מען כאפט איינעם וואס צולעב בצע כסף לייגט ער אריין LEAD םאיקר MERCURY  ח"ו אין דיין אקינדס מאכלים יאהרן לאנג.

ער איז איהם גורם א מום לכל ימי חייו

וואלסטו אנדערש רעאגירט?

דער טמטום הלב ומוח איז שוין געשעהן.

שמעתי אבער אז סאיז דא א בן איש חי, אז אשוגג אדער יעדער אנדערער וואס עסט א מאכל אסור ברשות התורה, איז עס נישט מטמטם הלב.

אפשר ווייסט איינער דעהם מקור?

איך ווייס נאר דעהם באקאנטן קצות אז איין איסור דרבנן איז נישט מטמטם הלב ווייל סאיז איין איסור גברא. ר' יוסך ענגל האלט אנדערש.

דער פאקט איז אבער אז ביי די מדקדקים ביותר אויף כשרות, ווי קלויזנבורג, סקווירא, אין געוויסע עלעמענטן אין סאטמער (יא!) זענען נישט נכשל געווארן דארט.

די שאלה איז צו די אידען הייסן שוגגים וואס דארפן א כפרה, צו אונסים וואס האבן געטוהן ברשות בי"ד. 

אברהם, - דער ענטפער איז:

אין שנת תשל"ג איז דער האלמינער רבי ארויס געקומען מיט א וויי געשריי צו די וועלט אז מיר אלע ווערן אנגעגעסען מיט נבילות וטריפות מיט די הייליגע השגחה פון וויינשטאק..... וואס זיי רופן סאטמער, וואס הגם סאטמער דבי זי"ע האט קיינמאל נישט געגעגבען קיין השגחה אויף קיין שום פלייש, בלויז וואס די גבאים ובני בית וואס זיי זענען שותפים פון די פלייש מיט טשיקען האבען ארויסדערווישט פון רבינו הקדוש א מכתב, [אדער אפשר גאר מזויף, מי יודע], און אזוי האבען זיי מכשיל געווען גאנץ סטאמער מיט א גרויסען חלק אידען וואס האבען געמיינט אז סאטמער איז קודש קדשים. [זעה די חתימה פון רבין זי"ע אויף חלב ודם איבער גאנץ אמעריקא, געדריקט אין דער איד, הערט אויס דעם טעיפ פון חלב פון התאחדות הרבנים].

בימים ההם איז געווען אן איסור פון רבינו הקדוש מיט נאך צענדליגע רבנים מדור הקודם אויף שחוטי חוץ, [ראה ספר מי יאכילנו בשר ועוד כמה ספרים מהאדמו"ר מהאלמין שליט"א, אננו זוכר שם הספרים], די שותפים גבאי רבינו הקדוש מסאטמער האבען אריינגעברענגט טשיקען פון כשר בעסט וואס ווערען געשאכטן אין הארדפוט קאנעדיקוט מיט די פלאמבעס פון נירבאטור רב ווי מען האט געשכטן 1200 עופות א שעה, [מיטן הכשר פון צוויי גרויסע רבנים פון התאחדות הרבנים] מען האט אראפ געריסען די פלאמבעס, און מען האט ארויף געלייגט די פלאמבעס פון התאחדות הרבנים, די גאס איז געוואר געווארן, עס איז געווען א טומעל, עטליכע חשובע סאטמערע יונגעלייט זענען ארום געלאפען צו די רבנים, מען האט זיי טעראריזירט, ביז עס איז געווארן שטיל, דעם האלמינער רעבין האט מען אסאך מאל שיעור גע'הרג'עט, ווייל ער האט מגלה געווען די סודות השחיטה והטריפות.

כ"ק אדמו"ר מקיווייאשד זי"ע הגה"צ רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין [פון קווינס, אנטלאפענער פון די חיזבעלא פון שותפם של עמלק, ראה קידושין דף פ"ב טוב שבטבחים שותפו של עמלק, ראה רש"י שם] פארציילט מיר נאך דעם וואס ער האט גערעט מיט רבינו הקדוש וועגען די שחיטות [ואיכמ"ל], רבינו הקדוש האט איהם געהייסען מאכען אן אייגענע שחיטה פאר סאטמאר, ער האט געארבעט א לאנגע צייט, ביז ענדליך אלעס איז שוין געווען פארטיג, ער פאר אויף מיאמי, וויינשטאק וכת דליה די גבאים פון רבינו הקדוש זי"ע [זיינע שותפים] זענען אלע דארט, מען שרייט אויף רבינו הקדוש, מען טאר דאס נישט צו לאזען מען זאל מאכען א שחיטה, ווייל, וויינשטאק האלט אויס די מוסדות מיט אסאך צדקה צוועקען פון די רעבצען ע"ה, ועוד, ביז מעשה שטן הצליח, עס איז ארויסגעקומען עקעלדיגע פאשקעווילען א קעגען קיוואשדער רבין [אגב בעטען מיר ווער עס האט אזא פאשקוויל, זאל דאס אריינשיקען], עס האט אנגעפאנגען א ריזיגע טעראר נוסח מאכילי טריפות, ביז דער קיוויאשדער רבי זי"ע האט געמיזט אנטלויפן אויף קווינס, [די זעלבע איז געווען ווען דער קראסנער רב זי"ע האט מוחה געווען אויף כשרות, [אין די התאחדות הרבנים, זעה באריכות אין ספר מי יאכילנו בשר]. ביז מיט 6 יאר שפעטער איז נתגלה געווארן די פרשת החלב ווי גאנץ אמעריקא עסט חלב ודם, און די התאחדות הרבנים וכו', [האט זיך אנגעפאנגען א טעראר אקעגען קאשויער רב זי"ע, כידוע] ביז די מאכילי חלב ודם בראשם די רבנים פון התאחדות הרבנים, האבען דאס משתיק געווען. עס זענען ארויס געקומען צענדליגע ספרים מיט קול קורא'ס, וכו'.

יעצט די ערליכע אידן אין סאטמער האבן תיכף ומיד אויסגעהרט צו עסען בהמה פלייש, גאנץ סקווער, קאשוי, וויזניץ, קלויזנבורג, ועוד רירען שוין נישט צו צו קיין בהמה פלייש זייט תשל"ט. די אנדערע וועמען עס איז נישט אנגעגאנגען צו הערן צו דעם וויי געשריי פון די גדולי ישראל וואס שרייען אז מען עסט אונז אהן מיט חלב ודם, נבילות וטריפות, און זיי האלטן נאר פון די רבנים המכשירים פון התאחדות הרבנים וואס זיי זענען די שותפים פון די שווערע מליאנען, זענען די אלע אידען ליידער קרוב מאוד להיות מזידים. הלוואי אז זיי זאלן האבען א תירוץ בעולם העליון. אבער דערווייל האט זיי נעבעך גארניש געהאלפן, ווייל די תורה הקדושה שרייט ונטמטם בם, און וועגען דעם זענען זיי מטומטם לכל דבר שבקדושה רח"ל. וזה דור דור שוא שיוצאים רוב הבנים לתרבות רעה ח"ו {לשון האגרא דפרקא, מובא בחידושי תורה מרבינו יואל פרשת צו}.

אשריכם מנהלי הוועב סייד שאתם מפרסמים האמת לאמיתו.
מאת אברהם בן רבקה, לרפו"ש בקרוב  

חדשות הכשרות תשס"ח יו"ל ע"י ועד הכשרות העולמי News Of The "Vaad Hakasrus International"

שחיטה | ניקור | כשרות | מאנסי-קראקא | תולעים
מצב השחיטה בארה"ב # 1 | מצב השחיטה בארה"ב # 2 | מצב השחיטה בארה"ב # 3