דף קכא        PAGE 121

גליון "קול הסת"ם" # 121
טבת תשס"ח לפ"ק

א' פרשת ויחי טבת תשס"ח לפ"ק

לכבוד דער שרייבער וואס רופט זיך "זאלץ"

דער שיקער פון די אימעיל, איז נישט נאר דער שיקער, דער איז א שותף מיט יאקאב, (אגב מיר ווייסען פונקטלעך ווער דאס איז, נאר מיר האבן נאך צייט דאס מפרסם צו זיין, ווייל מיר ווילן זעהן ביז ווי ווייט ער וועט אנגיין מיט זיינע שווארצע ארבעט) ער האט שוין לאנג באקומען זיין ענטפער אין קלף כשר . קאם

www.klafkosher.com

אפשר זענט איר דאס אליין, דער שיקער, דער שותף, דער מכשיל הרבים, ווייל עס לייגט זיך נישט אויף דעם שכל, אז יוד א שומר תורה ומצוות זאל זיין גרייט צו זיין א שותף אין גרעסטען "שמד ארגאניזאצייע" בחינם, [אויסצו'שמד'ן 17 מיליאן אידן מיט פסול'ע תפילין ומזוזות וספרי תורות, דאס איז נאך ערגער ווי היטלער ימ"ש, וואס האט נאר געהרג'ט 6 מיליאן אידען, דא רעט זיך פון 17 מיליאן נפשות ישראל, וואס מען איז זיי מכשיל מיט פסול'ע סת"ם].

אויב באקומט איר א מיליאן דאלער קען זיך נאך לייגען אויף דעם שכל, פונקט ווי רבנים המכשירים אויף יאקאב'ס קלף, ווי זיי זאגן אליין וואס טוט מען נישט פאר געלט?

אבער בחינם חס מלהזכיר אז א יוד זאל מפקיר זיין גאנצן עולם הבא, אין נאך בחינם?

האט איר אמאל געלערנט ראשית חכמה שער היראה?

ווייסט איר וואס דאס מיינט גיהנום?

ווייסט איר וואס דאס מיינט כף הקלע וואס צוליב אזעלעכע מעשים גייט מען פון דארט נישט ארויס לעולם ועד?