דף קיד     114 PAGE

גליון "קול הסת"ם" # 114
טבת תשס"ח לפ"ק

 

דרשה של האטליין הרה"ג רבי נחום ראזענבערג שליט"א

# 73

טל: 1-212-461-2778

חוה"מ סוכות שנת תשס"ח

 

מעשה נורא מהגארליצער רב זי"ע

א.          דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל האָט פארציילט ביי א שלוש סעודות: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין. ומעשה שהיה כך היה:

ב.          עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן ימיש דער שוחט. דער ימיש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.

ג.           ימיש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.

ד.          ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' ימיש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט ימיש קיין בערלין.

ה.          האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.

ו.             דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט ימיש'ן.

ז.            דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.

ח.          די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט ימיש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' ימיש אָנגענומען די שחיטה.

ט.         דער שוחט ר' ימיש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.

י.             עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.

יא.       דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.

יב.       דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?

יג.         דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.

יד.        דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' ימישן צום גרויסן שפּיטאָל אין זייער געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. אויך האָט מען באשטעלט די בעסטע דאקטורים פון איבעראל. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע. די דאקטוירים האבן נאכן באטראכטן דעם שוחט, באלד מחליט געווען אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.

טו.       דער שוחט ר' ימיש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' ימיש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' ימיש איז אַהיים געגאַנגען.

טז.     די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' ימיש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' ימיש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.

יז.         אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' ימיש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' ימיש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:

יח.       "ימיש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"

יט.       האָט ר' ימיש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".

כ.           דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "ימיש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' ימישן, די האַנט, און ימיש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.

כא.     איצט האָט ימיש ווייטער דערציילט:

כב.     "היינט, אינמיטן דער נאַכט, איז נאָך אַמאָל געקומען דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "ימיש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".

כג.      דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "ימיש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".

כד.     דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".

כה.     דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.

כו.        דער קלויזענבורגער רבי האָט אויסגעפירט: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן געוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.

כז.       אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף דעם עולם און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט זיין א גורם פאַר אַ ציבור אידן זאלן עסן טריפות.

כח.     דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.

רבותי! - הגעבלאפטע כפרות האלו – הם רק דוגמא ממה שעושים כפרות מכל אנשי שלומינו זה 50 שנה, ונביא לכם כמה דוגמאות וקול קורא'ס, ותדעו למה ישנם כעת מאות בחורים ואברכים שמעשנים בשבת קודש, וחותכים זקינם ולא מניחים תפילין רח"ל, מי הם האשמים בזה? האם לא הירבעם בן נבט! שבלבלו דעת רביה"ק מסאטמאר שלא ידע האמת?